Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

לינגוויסט אײַזיק בלימאַן באַקומט בכּבֿודיקע פּרעמיע צו פֿאָרשן לשון פֿון שארית־הפּליטהIsaac Bleaman receives prestigious award to study the Yiddish of Holocaust survivors

אַלע פֿאָרש־רעזולטאַטן וועט מען מאַכן צוטריטלעך פֿאַרן ברייטן עולם אויף דער אינטערנעץ – אָן אַן אָפּצאָל.

אײַזיק בלימאַן, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון לינגוויסטיק בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקלי, האָט די וואָך באַקומען די „קאַריערע“־פּרעמיע פֿון דער מלוכישער וויסנשאַפֿט־פֿונדאַציע פֿאַר $470,000 כּדי צו פֿאָרשן דאָס ייִדיש־לשון פֿון די לעבן געבליבענע פֿון חורבן. דאָס געלט וועט מען אויסטיילן טיילווײַז במשך פֿון פֿינעף יאָר.

אין זײַן פּראָיעקט וועט בלימאַן שטודירן די ייִדישע שפּראַך פֿון דער שארית־הפּליטה, אויפֿן סמך פֿון די אינטערוויוען וואָס געפֿינען זיך אינעם וויזועלן געשיכטע־אַרכיוו פֿון דער שואה־פֿונדאַציע בײַם דרום־קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט – אַ פֿונדאַציע וואָס דער רעזשיסאָר סטיוון שפּילבערג האָט פֿאַרלייגט אין 1994. דער ציל פֿון בלימאַנס פּראָיעקט איז צו אַנאַליזירן די גראַמאַטישע און פֿאָנעטישע שטריכן בײַ די אייראָפּעיִשע ייִדיש־רעדער און אָפּצושאַצן די ראָלע פֿונעם חורבן אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער שפּראַך. די סובסידיע וועט פֿינאַנצירן דאָס צונויפֿשטעלן אַ נײַעם דיגיטאַלישן אַרכיוו (אַ „קאָרפּוס“) פֿון די געזאַמלטע טראַנסקריפּטן, מעדיע־טעקעס און כּוללדיקע דאַטן.

די מאַטעריאַלן וועט מען מאַכן צוטריטלעך פֿאַר פֿאָרשער, שפּראַכלערער, סטודענטן און דעם ברייטן עולם בכלל אויף דער אינטערנעץ – אָן אַן אָפּצאָל. ביז איצט האָט מען געקענט צוקומען צו די אינטערוויוען נאָר דורך געצײלטע אַקאַדעמישע ביבליאָטעקן, וועלכע באַצאָלן אויף אַן אַבאָנעמענט צום גאַנצן אַרכיוו.

אין דער דערקלערונג וועגן די צילן פֿונעם פּראָיעקט, שרײַבט בלימאַן אַז גענאָציד דערפֿירט אָפֿט מאָל צו דער פֿאַרטיליקונג פֿון דער שפּראַך פֿון דער גערודפֿטער באַפֿעלקערונג, און אויב נישט אין גאַנצן אַ פֿאַרטיליקונג, לײַדט די שפּראַך זיכער אַ געפֿערלעכן קלאַפּ. דער חורבן מצד די נאַציס — אַ גענאָציד אָן פּרעצעדענט — האָט געהאַט אַ קאַטאַסטראָפֿאַלן עפֿעקט אויף ייִדיש און אַנדערע מינאָריטעט־שפּראַכן. הגם די גבֿית־עדות־אינטערוויוען פֿון דער שארית־הפּליטה זענען נישט געזאַמלט געוואָרן לטובֿת לינגוויסטישע צוועקן, שטעלן זיי מיט זיך פֿאָר די נייטיקע דאַטן פֿאַר נאָוואַטאָרישע פּראָיעקטן אין דער שפּראַכפֿאָרשונג.

דאָס געלט וועט אויך אונטערשטיצן דאָס אָנשטעלן אַ לינגוויסט און ייִדיש־פֿאָרשער, ד״ר חיה נאָווע, ווי אַ מיטאַרבעטער אויפֿן פּראָיעקט; דאָס צוגרייטן לעקציעס פֿאַר קורסן פֿון סאָציאָלינגוויסטיק װעגן בעל־פּה־געשיכטעס ווי שפּראַך־דאָקומענטן; און דאָס צונויפֿשטעלן לערן־מאַטעריאַלן פֿאַר אינטענסיווע ייִדיש־קורסן, בײַ וועלכע די סטודענטן וועלן קענען זיך צוהערן צו געבוירענע ייִדיש־רעדער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.