ווידעאָ: דער גרויסער ייִדישער שרײַבער פֿון מאָלדאָוויע — יחיאל שרײַבמאַןVIDEO: The great Yiddish writer of Moldavia – Yekhiel Shraybman (English subtitles)
דער שרײַבער דערציילט וועגן זײַנע קינדעריאָרן אין ראַשקעוו און זײַן אַרבעט אינעם בוקאַרעשטער ייִדישן טעאַטער פֿאַר דער מלחמה.
אין דעם רירנדיקן דאָקומענטאַר באַקענט מען זיך מיטן ייִדישן שרײַבער פֿון דערציילונגען און מיניאַטורן, יחיאל שרײַבמאַן, געבוירן אינעם ווײַסרוסישן שטעטל ראַשקעוו אין 1913 און געשטאָרבן אין 2005.
אינעם ווידעאָ, פּראָדוצירט דורך באָריס סאַנדלער, דערציילט שרײַבמאַן וועגן זײַנע קינדעריאָרן אין ראַשקעוו און זײַן אַרבעט אינעם בוקאַרעשטער ייִדישן טעאַטער פֿאַר דער מלחמה, ווי אויך זײַן רײַזע קיין ירושלים וווּ ער האָט געגעבן איינע פֿון זײַנע לעצטע ליטעראַרישע פֿאָרלייענונגען.
בײַם סוף זעט מען ווי סאַנדלער באַזוכט ראַשקעוו נאָך שרײַבמאַנס פּטירה און דער אָנדענק־סטאַטוע פֿון שרײַבמאַן, דער שרײַבער וואָס האָט דורך זײַנע ווערק פֿאַראייביקט די אַמאָליקע ייִדן פֿונעם שטעטל.
דער ווידעאָ איז אַ טייל פֿון דער סעריע, „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבער“.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO