בער קאָטלערמאַנס נײַ בוך דערציילונגען שאַפֿט פּאָרטרעט פֿון סאָװעטישן ייִדנטוםBer Kotlerman‘s new short story collection creates a portrait of Soviet Jewry
די מעשׂה „תּשליך תּש״ב‟ קומט פֿאָר ראָש–השנה 1941 אין קיִעװ, צען טעג פֿאַרן מאַסנמאָרד פֿון ייִדן אין באַבי יאַר.
„סאַמאָיעד‟, דאָס קעפּל פֿון בער קאָטלערמאַנס נײַעם בוך דערצײלונגען, מײנט אױף ייִדיש „אַלײן-פֿרעסער‟. אַזױ רופֿט מען די פּאָראָדע פֿון הינט, װאָס שטאַמט פֿון דער װײַט–צפֿונדיקער טונדרע, װוּ „ס׳איז ניטאָ װעמען אױפֿצופֿרעסן, סײַדן נאָך זיך אַלײן.‟
דער נאַראַטאָר פֿון דער מעשׂה מיט דעם אײגענעם נאָמען טרעפֿט אַזאַ מין הונט אין פּאַריז. די כּלבֿטע געהערט צו אַ הײמלאָזן, װאָס האַלט זי אױף אַ שטריקל און לאָזט טוריסטן אים פֿאָטאָגראַפֿירן מיט דער עקזאָטישער חיה פֿאַר געלט. און פּלוצעם רײַסן זיך בײדע, דער נאַראַטאָר און די כּלבֿטע, אַרױס פֿונעם אונטערערדישן פּאַסאַזש אין דער פֿרײַ און לױפֿן צום טײַך. װער זשע איז דער „איך‟, װאָס דערצײלט די דאָזיקע מעשׂה? װײַזט אױס, אױך אַ הונט, אַן „ער‟. דאָס איז אַ ליבע–געשיכטע פֿונעם ערשטן בליק: „מיר זײַנען דאָך אַזױ יונג, שטאַרק, זעלבסטזיכער […] מיר זײַנען דאָך די אמתע בעלי–בתּים פֿונעם לעבן!‟
„סאַמאָיעד‟ איז אַ קורצע לירישע געשיכטע װעגן ליבע און פֿרײַהײט, װאָס װערט דערצײלט מיט אַ לײַכטער איראָניע. מען קען זי לײענען װי אַ שטיקל אַלעגאָריע. צװײ הינט שװימען אינעם טײַך צום װײַטן ים, „איבער װעלכן עס מוז זיך געפֿינען דאָס פֿאָטערלאַנד פֿון מײַנע אָבֿות‟. אפֿשר האָט דער מחבר בדעה מרמז צו זײַן אױפֿן סאָװעטישן ייִדנטום, װאָס בענקט נאָך זײער אַלט–נײַעם ייִדישן פֿאָטערלאַנד? מעג זײַן אױך, אַז דאָס האָב איך פּשוט אױסגעטראַכט, װײַל איך ווייס, אַז בער קאָטלערמאַן איז אַלײן אַ געטרײַער ציוניסט?
„סאַמאָיעד‟ איז אַרױס אין בוענאָס–אײַרעס דורכן אָרטיקן „ייִװאָ‟ און איז כּולל דערצײלונגען, װאָס זײַנען דערשינען אין פֿאַרשײדענע ייִדישע זשורנאַלן צװישן 2001 און 2018. פֿאַר אַ צאָל מעשׂיות שעפּט קאָטלערמאַן שטאָף פֿון זײַן אײגענער משפּחה–געשיכטע. די העלדן זײַנען אוקראַיִנער ייִדן, װאָס האָבן איבערגעלעבט כּלערלײ צרות און יסורים, זיך געװאַלגערט איבער ברײטע רחבֿות פֿונעם סאָװעטן–לאַנד אַזש ביז סאַמע ביראָבידזשאַן אינעם װײַטן מזרח. זײער לעבן איז געװען שװער און ביטער, אָבער יעדער אײנער איז געװען בכּוח צו פֿאַרבלײַבן אַ לײַט, אָדער ווי מען זאָגט הײַנט אױף „ייִנגליש‟ אין אַמעריקע: אַ „מענטש‟.
אַלע קורצע דערצײלונגען אין איינעם שאַפֿן אַ קאָלעקטיװן פּאָרטרעט פֿונעם סאָװעטישן ייִדנטום, װוּ עס װערן געדיכט איבערגעפֿלאָכטן דאָס ייִדישע און דאָס סאָװעטישע, דאָס טראַגישע און דאָס קאָמישע. „תּשליך תּש״ב‟ קומט פֿאָר ראָש–השנה 1941 אין קיִעװ, צען טעג פֿאַרן מאַסנמאָרד פֿון ייִדן אין באַבי יאַר. נאָכן דאַװענען גייען ייִדן צו תּשליך בײַם טײַך דניעפּר. דער הױפּטהעלד שמואל „קוקט זיך אַרײַן אין די כװאַליעס. […] און עס דאַכט זיך אים, אַז די װאַסערן הײבן זיך אױף און אָט-אָט-אָ דערגײען זײ ביז דעם סאַמע נפֿש.‟ אין דעם דאָזיקן מעטאַפֿאָר דערקענט מען אַ פּסוק פֿון תּהילים (ס״ט, ב’) „באו מיים עד נפֿש‟. עס איז מערקװירדיק, אַז פּונקט דעם דאָזיקן פּסוק האָט דוד בערגעלסאָן ציטירט אין זײַן װענדונג צו די צוהערער אױף דעם צװײטן ראַדיאָ-מיטינג פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין מאָסקװע אין 1942.
אין דער דערצײלונג „די לעצטע זומערטעג‟ פֿאַלט דער לײענער אַרײַן אין דער סאַמע מיט פֿונעם מחברס ביראָבידזשאַנער חבֿרה אין די 1990ער יאָרן. די שטימונג איז אַ געהױבענע, מען קיבעצט אין רעסטאָראַנען און גרײט זיך אַרױסצופֿאָרן אין װײַטע אומבאַקאַנטע מקומות. „אין אָװנט האָט די שטאָט ‚געהוליעט‘ דעם אָפּפֿאָר קײן ישׂראל. מען איז געפֿאָרן אײנזאַם, פּאָרלעכװײַז, מיט גרױסע משפּחות, מיט זקנים אױף אינװאַלידן-װעגעלעך, מיט פֿרײלעכע קאָמפּאַניעס.‟ דאָס איז אַ פּנים דעם מחברס לעצטער זומער אין זײַן הײמשטאָט. ער פֿאַרלאָזט ביראָבידזשאַן אױף שטענדיק, און אײנצײַטיק לאָזט ער דאָרט איבער זײַנע זאָרגלאָזיקע יונגע יאָרן.
קאָטלערמאַן האָט אַ פֿײַנעם חוש פֿאַר אַ קאָנקרעטן פּרט, װאָס אָפֿט מאָל דינט װי אַ מין טשװאָק, צו װעלכן ער קען צוטשעפּען אַ מעטאַפֿאָרישן באַטײַט. װאָר און דמיון עקזיסטירן בײַ אים אײנער לעבן דעם צװײטן. אַ רעאַליסטישע האַנדלונג קען זיך צום סוף אַרױסלאָזן װי אַ חלום. דאָס גאַנצע סאָװעטישע לעבן פֿון דרײַ דורות פֿון זײַן משפּחה װערט מעטאַפֿאָריש פֿאָרגעשטעלט װי אײן לאַנגער חלום, װי עס שטײט אין פּסוק „היינו כּחולמים‟, „מיר זײַנען געװען אַזױ װי בעלי־חלומות‟.
קאָטעלרמאַן געהערט צו דעם פּאָסט-סאָװעטישן דור ייִדישע שרײַבער, װאָס האָט געהאַט אַ קנאַפּן פּערזענלעכן קאָנטאַקט מיט די פּראָפֿעסיאָנעלע סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטן פֿון דער סבֿיבֿה אַרום דעם זשורנאַל „סאָװעטיש הײמלאַנד‟. ער איז גוט באַהאַװנט אין דער סאָװעטישער װירקלעכקײט, װאָס ער האָט נאָך געטראָפֿן יונגערהײט, אָבער זײַן ליטעראַרישע בילדונג אין ייִדיש האָט ער באַקומען שױן אין ישׂראל. פֿון דעסט װעגן געהערן זײַנע װערק צו דער סטיליסטישער שיטה, װאָס האָט אירע װאָרצלען אין דער ליטעראַטור פֿון דער לעצטער סאָװעטישער תּקופֿה, און בפֿרט אין די װערק פֿון באָריס סאַנדלער.
דאַכט זיך, דװקא בײַ סאַנדלערן האָט זיך קאָטלערמאַן אָנגעלערנט צו האַלטן אַן איראָנישע דיסטאַנץ צו זײַנע פּערסאָנאַזשן און דערבײַ שילדערן זײ מיט ליבע און אָפּשײַ, צו שמעלצן װירקלעכקײט מיט פֿאַנטאַזיע, צו שלײַפֿן יעדן פּרט װי אַן אײדעלער פּאָעטישער כּלי. זײַן נײַ בוך איז אַ באַװײַז, אַז די הײַנטיקע ייִדישע ליטעראַטור פֿאַרבלײַבט אַ לעבעדיקער צװײַג פֿון דער װעלט–ליטעראַטור.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO