אַן אַקאַדעמישע אויסגאַבע פֿון אבן גבֿירולס ליד „כתר מלכות‟ אויף רוסישAn academic study of Ibn Gabirol’s poem, ‘Keser Malchus’ in Russian
לויט אַן אויסטערלישער לעגענדע האָט דער פּאָעט געשאַפֿן אַ גולמטע פֿאַר אַ דינסט, און אפֿשר גאָר פֿאַר אַ פּלגש.
אין פּעטערבורג איז לעצטנס אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ בוך מיט דער פּאָעטישער איבערזעצונג פֿון שלמה אבן גבֿירולס פּאָעמע „כתר מלכות‟ אויף רוסיש.
די איבערזעצונג פֿונעם דאָזיקן אַלטן פּיוט פֿאַרנעמט בלויז 24 פֿון כּמעט 300 זײַטלעך; אַ דאַנק דער לאַנגער הקדמה און פּרטימדיקע קאָמענטאַרן, קאָן דער לייענער זיך באַקענען מיט די סטילן פֿון דער קלאַסישער אַראַבישער און ייִדישער פּאָעזיע פֿון מיטל־עלטער, מיט דער נעאָפּאָלאַטאָנישער און מוסולמענישער פֿילאָסאָפֿיע, ווי אויך מיט אַ ריי אַנדערע ווערק פֿון אבן גבֿירול. באַשטעלן קאָן מען עס אין דער תּל־אָבֿיבֿער ביכער־קראָם „באַבעל‟.
דער מחבר, שלמה קראָל, וווינט אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָס איז שוין זײַן פֿערטע זאַמלונג פֿון לידער־איבערזעצונגען. פֿריִער האָט ער אַרויסגעגעבן רוסישע איבערזעצונגען פֿון די ווערק פֿון יהודה הלוי, עמנואל הרומי און גווידאָ קאַוואַלקאַנטי (פֿון איטאַליעניש).
קראָל האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז ער האָט אָנגעהויבן איבערזעצן „כתר מלכות‟ נאָך אין 2009. כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין אבן גבֿירולס פֿילאָסאָפֿיע און זי איבערצוגעבן ווי עס דאַרף צו זײַן, האָט ער זיך אויסגעלערנט אַראַביש. דער איבערזעצער באַטאָנט, אַז ס׳איז אים וויכטיק געווען צו ווײַזן דעם הײַנטיקן לייענער, אַז דער דיכטער, וואָס האָט געלעבט מיט אַ טויזנט יאָר צוריק, בלײַבט אַקטועל און טײַער.
דער גרויסער ייִדישער פּאָעט, פֿילאָסאָף און מיסטיקער שלמה אבן גבֿירול האָט געוווינט אין מאַלאַגע, שפּאַניע, אינעם 11טן יאָרהונדערט. זײַן עיקר־ספֿר „מקור חיים‟, לכתּחילה אָנגעשריבן אויף אַראַביש, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זעלטענעם מוסטער פֿון ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע, וווּ ייִדן און ייִדישקייט ווערן בכלל נישט דערמאָנט. במשך פֿון דורות האָבן די אייראָפּעיִשע קריסטן געמיינט, לייענענדיק די לאַטײַנישע איבערזעצונג, אַז דער מחבר מוז זײַן אַ מוסולמענער צי אַ קריסט. להיפּוך, זעט מען בײַ „כתר מלכות‟, וואָס איז אָנגעשריבן אויף לשון־קודש, אַ בפֿירושן ייִדישן טעם.
אבן גבֿירולס מיטצײַטלער האָבן אים געהאַלטן פֿאַר אַ גרויסן בקי אין סודות־התּורה און אַפֿילו אַ בעל־מופֿת. לויט אַ טשיקאַווער לעגענדע, האָט ער כּלומרשט געשאַפֿן פֿאַר זיך אַ גולמטע אַ פּילגש (אין דער הײַנטיקער צענזורירטער פֿרומער ווערסיע — סתּם אַ שטובדינסט), נאָר געמוזט זי „דעאַקטיווירן‟, ווײַל דער בית־דין האָט אים באַשולדיקט אין כּישוף.
אין זײַן אַקאַדעמישער הקדמה, דערציילט שלמה קראָל גאָרנישט וועגן אַזעלכע פֿאָלק־מעשׂיות. זייער קורץ דערציילט ער וועגן אבן גבֿירולס פֿאַקטישער ביאָגראַפֿיע, און דערנאָך שילדערט ער די סטילן פֿון דער מיטל־עלטערלעכער אַראַבישער דיכטונג, וואָס האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט אין דער אַלטער ייִדישער פּאָעזיע.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע פּיוטים, שטעלט „כתר מלכות‟ מיט זיך פֿאָר אַ סאַדזש — אַן אַראַביש וואָרט וואָס מיינט אַ האַלב־פּראָזאַיִש געגראַמט ווערק. ווי באַלד דער אָריגינאַל האָט נישט קיין פֿיקסירטן פּאָעטישן ריטעם, זעצט אים קראָל איבער אויפֿן זעלבן שטייגער: מיט ריטמישע און געגראַמטע, אָבער זיך־וואַקלענדיקע האַלב־פֿרײַע פֿערזן. אַחוץ „כתר מלכות‟ איז אינעם בוך אַרײַן אַ הוספֿה מיט בערך 30 אַנדערע לידער פֿון אבן גבֿירול, אָנגעשריבן אין אַ שטרענגער פּאָעטישער מאָס, וואָס דער איבערזעצער פֿאָלגט אַבסאָלוט גענוי. אַדרבה, אַפֿילו ווען אבן גבֿירול האָט אַרײַנגעשריבן זײַן נאָמען און גאַנצע לשון־קודשדיקע פֿראַזעס אינעם אַקראָסטיך – די ערשטע אותיות אין די שורות – האָט זיך קראָלן אײַנגעגעבן זיי אָפּצוהיטן אויף רוסיש.
די לאַנגע קאָמענטאַרן, וואָס פֿאַרנעמען בערך אַ העלפֿט פֿונעם בוך, גיבן צו פֿאַרשטיין אין אַלגעמיין די נעאָפּלאַטאָנישע און מוסולמענישע פֿילאָסאָפֿיע פֿון אבן גבֿירולס תּקופֿה. אבן גבֿירול איז געווען זייער באַהאַוונט אין דער אַראַבישער חכמה און וויסנשאַפֿט, וואָס האָט דעמאָלט אָפֿט געהאַט אַ נעאָפּלאַטאָנישן טעם. זײַן „כתר מלכות‟ פֿאַררופֿט זיך אויך אויף אַ סך מדרשים און אַזעלכע פֿריִיִקע קבלה־ספֿרים, ווי „ספֿר יצירה‟ און „פּרקי היכלות‟. קראָל זאָגט אָבער ווייניק וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן „כתר מלכות“ און די שפּאַנישע מקובלים. אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט האַלט מען אבן גבֿירול פֿאַר אַ גרויסן מקובל, ווײַל קבלה און די ייִדישע וואַריאַנטן פֿון נעאָפּלאַטאָניזם זענען טיף פֿאַרבונדן. מיט יאָרן צוריק, האָב איך געקויפֿט אַ נײַע אויסגאַבע פֿון „מקור חיים‟ צוזאַמען מיט „כתר מלכות‟ אין אַ וויליאַמסבורגער קראָם, וווּ זי איז געשטאַנען צווישן די קבלה־ספֿרים.
„כתר מלכות‟ איז געפּאַקט מיט טיפֿע רמזים און סימבאָלן; אַ דאַנק קראָלס פּירוש, קאָן מען אַ סך פֿון זיי באַמערקן, אָפּשאַצן און פֿאַרשטיין. צום באַדויערן, פֿעלט אינעם בוך דער מפֿתּח (אינדעקס) פֿון נעמען און טערמינען – אַ שאָד פֿאַר אַן אַקאַדעמישער אויסגאַבע, וווּ עס גייט די רייד וועגן אַזעלכע ספּעציפֿישע ענינים, ווי אַסטראָלאָגיע און פֿאַרבינדונגען צווישן לשון־קודש און אַראַביש.
אבן גבֿירולס ירושה איז אַ גרויסע און פֿאַרשיידן־אַרטיקע. די מעשׂה וועגן דער פּילגש־גולמטע איז אויפֿגעקומען צוליב אַ פֿאַרשטענדלעכער סיבה. זײַענדיק אַ דיכטער אַ מיסטיקער, האָט ער געהאַט די רעפּוטאַציע פֿון אַ חכם אַ כּל־בוניק. אין מיטל־עלטער האָט דער עולם געגלייבט, אַז אַזאַ מענטש קאָן פֿאַרוואַנדלען אײַזן אין גאָלד און אַפֿילו באַשאַפֿן אַ כּמו־מענטש. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז לויט דער מעשׂה איז אבן גבֿירולס באַשעפֿעניש געווען נישט קיין ליימענע, נאָר אַ הילצערנע.
אַזוי צי אַנדערש, קאָן מען זאָגן, אַז זײַן טעטיקייט האָט טאַקע משפּיע געווען – צוליב דער גולמטע־מעשׂה – אויף דער ייִדישער פֿאַקטאַזיע. דאָס איז אויך אַ סיבה, פֿאַרוואָס אַזעלכע שטודיעס און איבערזעצונגען זענען אַקטועל און וויכטיק. ווען מע פֿאַרשטייט בעסער די אַמאָליקע דענקער און פּאָעטן, סטימולירט עס אונדזער אייגענע ליטעראַרישע שעפֿערישקייט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO