Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קלעזקאַנאַדע: ווירטועלער רעפֿעראַט אויף ייִדיש וועגן יונגע קאַנאַדער ייִדיש־אַקטיוויסטן  Online Klezkanada festival to feature talk on young Canadian Yiddish activists

דער פֿעסטיוואַל נעמט אויך אַרײַן ייִדיש־לעקציעס פֿאַר אָנהייבער און מיטנדיקע סטודענטן, דורכגעפֿירט אויף אַ שעפֿערישן אופֿן.

אויפֿן הייאָריקן ווירטועלן קלעזקאַנאַדע־פֿעסטיוואַל, וואָס וועט פֿאָרקומען סוף־יולי, וועט רבֿקה מאַרגאָליס, אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין פֿון מאָנאַש־אוניווערסיטעט אין מעלבורן, אויסטראַליע, האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן די אינאָוואַטיווע סטראַטעגיעס פֿון יונגע אַקטיוויסטן צו פֿאַרשפּרייט ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך אין קאַנאַדע, אָנהייבנדיק פֿון די 1950ער יאָרן ביזן הײַנטיקן טאָג.

דער רעפֿעראַט ווערט דורכגעפֿירט לזכּרון דער אַמאָליקער ייִדישער קולטור־טוערין אין מאָנטרעאָל, שׂרה ראָזענפֿעלד. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויפֿן רעפֿעראַט, גיט אַ קוועטש דאָ.

דער פֿעסטיוואַל, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿון שבת, דעם 30סטן יולי ביז מאָנטיק, דעם 1טן אויגוסט, וועט אויך אַרײַננעמען ייִדיש־קלאַסן פֿאַר אָנהייבער און מיטנדיקע סטודענטן, דורכגעפֿירט אויף שעפֿערישע אופֿנים. אַני כּהן, אַ דאָקטאָראַנטקע פֿון ייִדיש־לימודים בײַם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, וועט פֿירן אַ קלאַס פֿאַר אָנהייבער מיטן נאָמען, „אַ גאַסט אין ייִדישלאַנד“, וווּ די באַטייליקטע וועלן „באַזוכן“ ערטער וווּ מע האָט אַ מאָל גערעדט ייִדיש, און אַזוי אַרום זיך אויסלערנען ווי צו פֿירן אַ שמועס מיט די אָרטיקע אײַנוווינער. אויב איר קענט עמעצן וואָס וויל זיך לערנען אַ ביסל ייִדיש אויף אַ הנאהדיקן אופֿן, לאָזט זיי וויסן וועגן דעם קלאַס. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויפֿן קלאַס גיט אַ קוועטש דאָ.

זונטיק און מאָנטיק וועט אויך פֿאָרקומען אַ קלאַס פֿאַר מיטנדיקע ייִדיש־סטודענטן אויף דער טעמע, „טשאַרלי טשאַפּלין אויף ייִדיש“. טל העווער־טשיבאָווסקי, דער דירעקטאָר פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער, וועט אַרומרעדן די ראָלע וואָס דער פּערסאָנאַזש טשאַרלי טשאַפּלין האָט געשפּילט אין ייִדישן טעאַטער במשך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויפֿן קלאַס גיט אַ קוועטש דאָ.

כּדי צו זען דעם גאַנצן צײַטפּלאַן פֿון קלעזקאַנאַדע אָנלײַן אָדער צו באַשטעלן אַ פּאַס אויפֿן גאַנצן ווירטועלן פֿעסטיוואַל גיט אַ קוועטש דאָ.

אַחוץ דעם אָנלײַן־נוסח וועט קלעזקאַנאַדע אויך דורכפֿירן, פֿונעם 22סטן ביזן 28סטן אויגוסט, אַ פֿעסטיוואַל פּנים־אל־פּנים אין אַ זומער־לאַגער אין די לאָרענשאָן־בערג אַזוי ווי אין פֿריִערדיקע יאָרן. יענער פֿעסטיוואַל איז שוין כּמעט אויספֿאַרקויפֿט אָבער מע קען נאָך אַלץ באַקומען בילעטן אײַנצושטיין אין אַ דערבײַיִקן האָטעלעכל. כּדי צו זען דעם צײַטפּלאַן אויפֿן פֿעסטיוואַל אָדער זיך צו פֿאַרשרײַבן גיט אַ קוועטש דאָ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.