Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אויף דער  ווענעציער „ביענאַלע“ — אַ פּאַוויליאָן געווידמעט די מיגראַציעס פֿון ייִדיש־רעדערAt the Venice Biennale – a pavilion on the migrations of Yiddish-speakers

„ייִדישלאַנד“ נעמט אַרײַן פֿאָטאָ־אויסשטעלונגען, פֿאָרלייענונגען און אַ ליאַלקע־אַנימאַציע וועגן די קאָמיקער דזשיגאַן און שומאַכער.

אינעם פּרעסטיזשפֿולן אינטערנאַציאָנאַלן קונסט־צענטער „ביענאַלע‟ אין ווענעציע געפֿינט זיך שוין עטלעכע חדשים לאַנג אַ פּאַוויליאָן געווידמעט דעם געאָגראַפֿישן און ווירטועלן שטח פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

די ביענאַלע (וואָס מיינט יעדע צוויי יאָר) איז דער עלטסטער אינטערנאַציאָנאַלער אויסשטעלונג־צענטער פֿון אַזאַ מין אין דער וועלט, געגרינדעט אין 1895. הײַנט שטעלט ער דעם טראָפּ אויף דער מאָדערנער וויזועלער קונסט.

דער ייִדיש־פּאַוויליאָן, וואָס הייסט „ייִדישלאַנד‟, האָבן די קוראַטאָרן יעווגעני פֿיקס און מאַריאַ ווייץ אָרגאַניזירט געוואָרן ווי אַ טראַנסנאַציאָנאַלער פּאַוויליאָן, צעשפּרייט צווישן 17 אויסשטעלונגען, געווידמעט מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע, צפֿון־אַמעריקע און אַנדערע ראַיאָנען, וווּ ייִדן האָבן גערעדט און רעדן נאָך אַלץ אויף ייִדיש. אַחוץ קונסט־אויסשטעלונגען, ווערן דורכגעפֿירט טעאַטראַלישע, מוזיקאַלישע און טאַנץ־פּראָגראַמען, לעקציעס און עקסקורסיעס. אַ טייל אונטערנעמונגען האָט מען קאָאָרדינירט מיטן לעטישן און אוקראַיִנישן פּאַוויליאָן; ליטע און אוקראַיִנע זענען פּראָמינענטע טיילן פֿונעם היסטאָרישן ייִדישלאַנד.

אינעם אַמעריקאַנער פּאַוויליאָן, למשל, ווײַזט מען שטערנע גאָלדבלומס פֿאָטאָ־אויסשטעלונגען „שבת‟ און „פֿייגעלע‟, וואָס דערציילן וועגן דעם ייִדישן יום־המנוחה און די פּראָבלעמען פֿון האָמאָסעקסועלע ייִדן. אינעם ישׂראלדיקן פּאַוויליאָן קאָנען די באַזוכער זען אַ ליאַלקע־אַנימאַציע אויף ייִדיש וועגן דזשיגאַן און שומאַכער, געשאַפֿן דורך דער ישׂראלדיק־אַרגענטינער גרופּע Sala-manca.

אַ ריי אונטערנעמונגען וועלן פֿאָרקומען נאָר אין געוויסע טעג, טיילווײַז אָנלײַן. די ישׂראלדיקע קינסטלערין עפֿרי לפּיד וועט, למשל, אין נאָוועמבער פֿאָרלייענען אויף דער אינטערנעץ אַמאָליקע צענזורירטע עראָטישע פֿראַגמענטן פֿון אַלטע ייִדישע פּיעסעס.

יעווגעני פֿיקס, אַ מאָסקווער ייִד, וווינט שוין לאַנג אין ניו־יאָרק. ווי ער האָט דערציילט דעם פֿאָרווערטס, איז אים געקומען אויפֿן געדאַנק נאָך אין 2014 צו שאַפֿן אַ ייִדיש־אָריענטירטן פּאַוויליאָן אין דער ביענאַלע. „ס׳איז דאָך אַ וועלט־באַרימט אָרט, וווּ די גרעסטע וועלט־מלוכות דעמאָנסטרירן שוין במשך פֿון איבער אַ הונדערט יאָר זייערע כּוחות און קונסטווערק,“ האָט ער געזאָגט. „ווענעציע איז דורות־לאַנג באַקאַנט ווי אַ קאָסמאָפּאָליטישע שטאָט, צוגעפּאַסט צו אַזעלכע אונטערנעמונגען. ייִדיש איז אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים פֿאַרבונדן מיט כּמעט אַלע לענדער אויף דער וועלט. אין דעם זין קען מען זאָגן, אַז ייִדישלאַנד איז אַ ריזיקע אימפּעריע, וואָס בליט הײַנט אויך אין די ווירטועלע רחבֿותן פֿון דער אינטערנעץ.“

אין 2018 האָט פֿיקס דורכגעפֿירט אין דער היסטאָרישער ניו־יאָרקער שיל אויף סטענטאָן־סטריט זײַן ערשטע ייִדיש־אָריענטירטע אויסשטעלונג, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען „ייִדיש־קאָסמאָס‟. שפּעטער, אין 2019, האָט ער זי דורכגעפֿירט אין מאָסקווע. פֿאַר פֿיקסן איז דער רוים פֿונעם אוניווערס אַ סימבאָל פֿון נע־ונד, גלות און עמיגראַציע – יסודותדיקע מאָטיוון אין דער ייִדישקייט.

ווען פֿיקס האָט אָנגעהויבן אַרבעטן איבער דעם ביענאַלע־פּראָיעקט, האָט ער נישט געוווּסט, אַז דווקא אין ווענעציע האָבן אַמאָל געבליט וויכטיקע ייִדישע דרוקערײַען — אַ זאַך וואָס פּראָפֿ׳ שאול באַסי, אַ ווענעציאַנער שרײַבער און פֿאָרשער פֿון ייִדישער געשיכטע, האָט אים דערציילט. אַזוי צי אַנדערש, האָט זיך פֿיקסן אײַנגעגעבן, בשותּפֿות מיט מאַריאַ ווייץ, צו שאַפֿן דעם ייִדיש־פּאַוויליאָן דווקא אין אַזאַ וויכטיקער היסטאָרישער שטאָט. ווייץ, אַ פֿרוי פֿון פּעטערבורג, וואָס וווינט הײַנט אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט אויך קורירט „ייִדיש־קאָסמאָס‟. די אָרגאַניזאַטאָרן האָפֿן צו פֿאַרוואַנדלען די איצטיקע אויסשטעלונג אין אַ שטענדיקן פּאַוויליאָן.

פֿיקס האָט דערקלערט, אַז ער האָט נישט געוואָלט אַסאָציִיִרן די אונטערנעמונג מיטן וואָרט „אַשכּנז‟, מע זאָל נישט מיינען, אַז ייִדיש האָט אַ שײַכות בלויז צו מענטשן מיטן אַ געוויסן בלוט־אָפּשטאַם. „אַדרבה — זאָגט ער — אונדזער שפּראַך איז פֿאַרבונדן מיט אַ סך מענטשלעכע קולטורן, און ציט צו לאַוו־דווקא ייִדיש־שטאַמיקע ענטוזיאַסטן. ייִדישלאַנד איז ברייטער פֿון אַשכּנז.“

יוני פֿײַן, „עדות פֿון דער געשיכטע“ (אַרום 2000)ון שומאַכער, געשאַפֿן דורך דער ישׂראלדיק־אַרגענטינער גרופּע Sala-manca. Image by Yonia Fain / Courtesy Congress for Jewish Culture

די קוראַטאָרן האָבן אויך געשאַפֿן אַ פֿיזיש־ווירטועלן טור פֿון ייִדישלאַנד. ווען מע שפּאַצירט אַרום דעם ביענאַלע־קאָמפּלעקס, קאָן מען זיך צוהערן צו כּמו־אויטאָביאָגראַפֿישע דערציילונגען פֿונעם מאָלער און ייִדישן פּאָעט יונה פֿײַן (1913 – 2013), וואָס האָט אַ סך געוואַנדערט במשך פֿון זײַן לאַנג לעבן: פֿון אוקראַיִנע און ליטע ביז יאַפּאַן, כינע און מעקסיקע. די גאַנצע געשיכטע קאָן מען אויסהערן אויף דער וועבזײַט פֿונעם פּאַוויליאָן, נאַרירט פֿונעם אַקטיאָר שיין בייקער אויף ייִדיש און ענגליש.

אַ ריי אונטערנעמונגען וועלן פֿאָרקומען נאָר אין געוויסע טעג, טיילווײַז אָנלײַן. די ישׂראלדיקע קינסטלערין עפֿרי לפּיד וועט, למשל, אין נאָוועמבער פֿאָרלייענען אויף דער אינטערנעץ אַמאָליקע צענזורירטע עראָטישע פֿראַגמענטן פֿון אַלטע ייִדישע פּיעסעס.

יעווגעני פֿיקס, אַ מאָסקווער ייִד, וווינט שוין לאַנג אין ניו־יאָרק. ווי ער האָט דערציילט דעם פֿאָרווערטס, איז אים געקומען אויפֿן געדאַנק נאָך אין 2014 צו שאַפֿן אַ ייִדיש־אָריענטירטן פּאַוויליאָן אין דער ביענאַלע. „ס׳איז דאָך אַ וועלט־באַרימט אָרט, וווּ די גרעסטע וועלט־מלוכות דעמאָנסטרירן שוין במשך פֿון איבער אַ הונדערט יאָר זייערע כּוחות און קונסטווערק,“ האָט ער געזאָגט. „ווענעציע איז דורות־לאַנג באַקאַנט ווי אַ קאָסמאָפּאָליטישע שטאָט, צוגעפּאַסט צו אַזעלכע אונטערנעמונגען. ייִדיש איז אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים פֿאַרבונדן מיט כּמעט אַלע לענדער אויף דער וועלט. אין דעם זין קען מען זאָגן, אַז ייִדישלאַנד איז אַ ריזיקע אימפּעריע, וואָס בליט הײַנט אויך אין די ווירטועלע רחבֿותן פֿון דער אינטערנעץ.“

אין 2018 האָט פֿיקס דורכגעפֿירט אין דער היסטאָרישער ניו־יאָרקער שיל אויף סטענטאָן־סטריט זײַן ערשטע ייִדיש־אָריענטירטע אויסשטעלונג, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען „ייִדיש־קאָסמאָס‟. שפּעטער, אין 2019, האָט ער זי דורכגעפֿירט אין מאָסקווע. בײַ פֿיקסן איז דער רוים פֿונעם אוניווערס אַ סימבאָל פֿון נע־ונד, גלות און עמיגראַציע – יסודותדיקע מאָטיוון אין דער ייִדישקייט.

שטערנאַ גאָלדבלום, „רפֿי“ (2019) Courtesy of Artist and Yiddishland Pavillion

דער קינסטלער זאָגט, אַז ווען ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן איבער דעם ביענאַלע־פּראָיעקט, האָט ער נישט געוווּסט, אַז דווקא אין ווענעציע האָבן אַמאָל געבליט וויכטיקע ייִדישע דרוקערײַען — אַ זאַך וואָס פּראָפֿ׳ שאול באַסי, אַ ווענעציאַנער שרײַבער און פֿאָרשער פֿון ייִדישער געשיכטע, האָט אים דערציילט. אַזוי צי אַנדערש, האָט זיך פֿיקסן אײַנגעגעבן, בשותּפֿות מיט דער קינסטלערין און דער מיטקוראַטאָרין מאַריאַ ווייץ, צו שאַפֿן דעם ייִדיש־פּאַוויליאָן דווקא אין אַזאַ וויכטיקער היסטאָרישער שטאָט. (ווייץ, אַ פֿרוי פֿון פּעטערבורג, וואָס וווינט הײַנט אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט אויך קורירט „ייִדיש־קאָסמאָס‟.) די אָרגאַניזאַטאָרן האָפֿן צו פֿאַרוואַנדלען די איצטיקע אויסשטעלונג אין אַ שטענדיקן פּאַוויליאָן.

דער קינסטלער האָט דערקלערט, אַז ער האָט נישט געוואָלט אַסאָציִיִרן די אונטערנעמונג מיטן וואָרט „אַשכּנז‟, מע זאָל נישט מיינען, אַז ייִדיש האָט אַ שײַכות בלויז צו מענטשן מיטן אַ געוויסן בלוט־אָפּשטאַם. „אַדרבה — זאָגט ער — אונדזער שפּראַך איז פֿאַרבונדן מיט אַ סך מענטשלעכע קולטורן, און ציט צו לאַוו־דווקא ייִדיש־שטאַמיקע ענטוזיאַסטן. ייִדישלאַנד איז ברייטער פֿון אַשכּנז.“

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version