ייִדיש־פֿאָרשערין לילי קאַהן וועט רעדן וועגן „העווי־מעטאַל“-מוזיק אויף ייִדישYiddish scholar Lily Kahn to speak about heavy metal in Yiddish
צוויי מוזיקאַלישע גרופּעס וואָס שפּילן אַזאַ מוזיק זענען „געוואָלט“, באַזירט אין ישׂראל, און „דיבוקים“ — אין שוועדן.
מאָנטיק, דעם 18טן יולי 2022 וועט די לאָנדאָנער פֿאָרשערין ד״ר לילי קאַהן אָפּגעבן אַ ווירטועלן רעפֿעראַט וועגן „העווי מעטאַל“ מוזיק אויף ייִדיש.
הײַנט זענען פֿאַראַן צוויי מוזיקאַלישע גרופּעס וואָס רעקאָרדירן ייִדישע לידער פֿון אַזאַ סטיל. איינע, וואָס איז באַזירט אין ישׂראל, הייסט „געוואָלט“, און די צווייטע, „דיבוקים“, געפֿינט זיך אין שוועדן.
קאַהן, אַ פּראָפֿעסאָרשע פֿון יודאַיִסטיק בײַם „יוניווערסיטי קאַלעדזש לאָנדאָן“ און די מחברטע פֿונעם לערנביכל “Colloquial Yiddish”, וועט אַנאַליזירן די פֿאַרבינדונג צווישן „מעטאַל־מוזיק“ און דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, און אַנטפּלעקן ווי אַזוי די מוזיקערס פֿון די צוויי גרופּעס העלפֿן ייִדן פֿון אַן אַשכּנזישן אָפּשטאַם פֿאַרטיפֿן זייער ייִדישע אידענטיטעט און דערטאַפּן די ייִדישע שפּראַך און מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון פֿאַרן חורבן. דעם רעפֿעראַט וועט זי האַלטן אויף ייִדיש.
די לעקציע, וואָס איז אַ טייל פֿון דער ווירטועלער סעריע „ייִדיש הײַנט“ בײַ דער ייִדיש־ליגע, וועט פֿאָרקומען איינס אַ זייגער נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט און צען אַ זייגער אין דער פֿרי קאַליפֿאָרניער צײַט.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO