„ייִדסטאָק־מוזיק־פֿעסטיוואַל“ אין מאַסאַטשוסעטס הייבט זיך אָן דעם 7טן יוליLive Massachussetts Yidstock Festival starting July 7
אַחוץ קאָנצערטן, לעקציעס און וואַרשטאַטן וועט מען ווײַזן דעם פֿילם, „ביילע: די קינסטלערין און איר ירושה‟ וועגן דער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן.
פֿון מיטוואָך, דעם 7טן יולי, ביז זונטיק, דעם 10טן יולי, וועט אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, פֿאָרקומען דער יערלעכער מוזיק־פֿעסטיוואַל פֿונעם ייִדישן ביכער צענטער, באַקאַנט ווי „ייִדסטאָק: דער פֿעסטיוואַל פֿון נײַער ייִדישער מוזיק.“
אַחוץ קאָנצערטן וועט מען קענען הערן לעקציעס, זען פֿילמען אָדער זיך באַטייליקן אין געזאַנג־וואַרשטאַטן. געסט קענען באַשטעלן איין פּאַס פֿאַר אַלע קאָנצערטן, אָדער באַזונדערע בילעטן פֿאַר די קאָנצערטן און אַנדערע אונטערנעמונגען.
דאָנערשטיק, 12:00 מיטאָגצײַט, וועט מען ווײַזן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם, „ביילע: די קינסטלערין און איר ירושה‟ וועגן דער פּאָעטעסע, מאָלערין און אַקטיוויסטקע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, און איר לעבן־לאַנגער טעטיקייט בײַם אויפֿהאַלטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור צווישן מוזיקער, אַקאַדעמיקער און אוהבי־ייִדיש איבער דער וועלט.
צווישן די קאַפּעליעס וואָס וועלן אויפֿטרעטן זענען דער חזן יעקבֿ לעמער (דאָנערשטיק, 8:00 — 9:15 אין אָוונט); דער „עלענאָר־ריסאַ אַנסאַמבל“ (פֿרײַטיק, 5:00־6:00 אין אָוונט), און אַ נײַע גרופּע — „ביימעלע” מיטן באַס־זינגער אַנטאָני מרדכי־צבֿי ראָסל (זונטיק, 3:00 — 4:00 נאָך מיטאָג).
דער מוזיק־פֿאָרשער האַנקוס נעצקי וועט געבן צוויי לעקציעס (אויף ענגליש): „חסידישע ניגונגים: די ערשטע 250 יאָר“ (דאָנערשטיק, 4:00 — 5:00 נאָך מיטאָג) און „חזנות אין דער גאָלדענער תּקופֿה“ (פֿרײַטיק, 10:00 — 11:00 אין דער פֿרי).
צו לייענען די גאַנצע רשימה אונטערנעמונגען, אָדער כּדי צו באַשטעלן בילעטן, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO