Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די פֿאַרגעסענע מיצווה, בל־תּשחיתThe forgotten Torah commandment against wasting food

לויט חז״ל האָט אַפֿילו אַ זענעפֿט־קערנדל אַ ווערט, און דאָך בלײַבט דאָס שפּײַז־פּטרן אַ פּראָבלעם אין די חרדישע קרײַזן.

דעם 24סטן יוני איז דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „יו־ען‟, אַנטאָניאָ גוטערעס, אויפֿגעטראָטן מיט אַ וואָרענונג, אַז די וועלט שטייט איצט אויף דער שוועל פֿון אַ ריזיקן גלאָבאַלן הונגער־קריזיס.

צווישן די סיבות האָט ער אָנגערופֿן די מלחמה אין אוקראַיִנע, קלימאַטישע צרות, די מגפֿה פֿונעם קאָראָנאַ-ווירוס און אַלגעמיינע סאָציאַלע אומגלײַכקייט. און דאָך איז אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע קהילות,  פֿאַרשפּרייט די פּראָבלעם פֿונעם אַרויסוואַרפֿן אַ ריזיקן סכום שפּײַז.

אויף וויפֿל איך ווייס, איז די ייִדישע טראַדיציע די איינציקע צווישן גרויסע וועלט־רעליגיעס, וואָס פֿאַרווערט בפֿירוש צו פּטרן עסנוואַרג. אין דער זעלבער צײַט, ווען איך האָב זיך צום ערשטן מאָל באַקענט מיטן רעאַלן לעבנס־שטייגער פֿון די אַמעריקאַנער פֿרומע ייִדן, האָט מיך ממש שאָקירט, אַז סײַ אין די חסידישע, סײַ אין די מתנגדישע קרײַזן וואַרפֿט דער עולם אַרויס כּלערליי נישט־דערעסענע מאכלים: טשאָלנט, גאַנצע געבראָטענע הינער, חלות, קוגל. ווי אַזוי פּאָרט זיך דאָס צונויף מיט דער מיצווה פֿון „בל תּשחית‟, דעם איסור קאַליע צו מאַכן און אין מיסטן אַרויסצוּוואַרפֿן נוצלעכע זאַכן בכלל און שפּײַז בפֿרט?

אין 2016 האָט דער זשורנאַל Time פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל, וווּ עס ווערט דערקלערט, אַז ביז 40 פּראָצענט פֿונעם שפּײַז, פּראָדוצירט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן – בסך־הכּל, אַרום 160 ביליאָן פֿונט – ווערט פֿון יאָר צו יאָר געפּטרט. דער מחבר פֿונעם אַרטיקל, פּראָפֿ׳ יעקבֿ גערסען, טענהט, אַז אַ גרויסע ראָלע שפּילט אין דער דאָזיקער פּראָבלעם די אַמעריקאַנער געזעץ־סיסטעם. פֿאַר אַן אינפֿעקציע צי אָפּסמונג קאָן דער בעל־הבית פֿון אַ קראָם פֿאַרמישפּט ווערן און דערפֿאַר דאַרפֿן זיי אָפֿט אַרויסוואַרפֿן גוט עסן.

די בעל־הבתּים פֿון קראָמען זענען זיכער נישט שולדיק, אויב אַ טייל פּראָדוקטן אין זייערע קראָמען גיט זיך נישט אײַן צו פֿאַרקויפֿן בײַ צײַטנס און זיי ווערן פֿאַרדאָרבן. דאָס איז אָבער בלויז אַ טייל פֿון דער פּראָבלעם. פֿאַרוואָס וואַרפֿט דער פֿרומער עולם אַרויס ניט דערעסענע מאכלים פֿון זייערע פּלאַטעס? עס וואָלט דאָך געווען בעסער אָנצוגרייטן און צו שטעלן אויפֿן טיש ווייניקער שפּײַז, אַנשטאָט די טיפּישע ריזיקע פּאָרציעס. אין אַ געוויסער מאָס האָט די פּראָבלעם צו טאָן מיט דעם, וואָס אין דער פֿרומער וועלט פֿאַרבעט מען כּסדר געסט אויף די סעודות, אָפֿט צופֿעליקע מענטשן פֿון דער שיל. באַקומט זיך, אַז אין איין משפּחה גרייט מען אָן צו פֿיל עסן, האָבנדיק אין זינען מעגלעכע אורחים, און אין אַ צווייטער – גייט מען עסן צו גאַסט, איבערלאָזנדיק אַ סך עסנוואַרג אין דער היים.

נישט געקוקט אויף אַלע תּירוצים, האַלטן באַוווּסטע פּוסקים, אַז די איבערגעבליבענע שפּײַז טאָר מען בשום־אופֿן נישט אַרויסוואַרפֿן. הרבֿ שמעון סופֿר, דאָס אייניקל פֿונעם באַרימטן חתם־סופֿר, פּסקנט אין זײַן ספֿר „התעוררות תּשובֿה‟, אַז ווי באַלד „בל־תּשחית‟ איז אַן איסור מדאוריתא, אַ דירעקטער פֿאַרבאָט פֿון דער תּורה, מוז מען שטרעבן אויסצונוצן די פֿאַרבליבענע שפּײַז אויף עפּעס ניצלעכס, אויב אַפֿילו דאָס פֿאַרנעמט צײַט. דער דאָזיקער רבֿ (1850 – 1944), וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין פּרעשבורג און אומגעקומען אין אוישוויץ, איז פֿאַררעכנט פֿאַר אַ גרויסן אויטאָריטעט בײַם חסידישן עולם פֿון עסטרײַך־אונגערישן אָפּשטאַם.

אינעם באַרימטן „ספֿר־החינוך‟ פֿונעם 13טן יאָרהונדערט שטייט געשריבן, אַז אַן עכטער יראת־שמימדיקער ייִד וואַרפֿט נישט אַרויס אַפֿילו אַ קערנדל זענעפֿט. הרבֿ ניסן־דובֿ מילער פֿון שעראָן, מאַסאַטשוסעטס, באַקלאָגט זיך אין זײַן אַרטיקל, פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער וועבזײַט פֿון דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער כּשרות־אָרגאַניזאַציע „סטאַר־קיי‟ (Star K), אַז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן וואַרפֿט מען כּסדר אַרויס געפֿערלעך גרויסע סכומען עסנוואַרג, און דערמאָנט, אַז אין דער גמרא שטייט געשריבן, אַז דער זון פֿון רבי חנינא איז געשטאָרבן נאָכן אָפּהאַקן אַ פֿרוכטבוים. הגם צו די פֿרוכטביימער מוז מען זיך באַציִען על־פּי תּורה מיט אַ באַזונדער אַחריות, ווײַזט אונדז די דאָזיקע מעשׂה, אַז „בל־תּשחית‟ איז בכלל אַן ערנסטע עבֿירה. גרויסע חסידישע צדיקים וואָלטן אַפֿילו נישט אָפּגעריסן אַ בלעטל פֿון אַ בוים צי אַ גרעזל פֿון דער ערד אָן אַ גוטער סיבה.

פֿאַרוואָס זשע זעען מיר למעשׂה, אַז נאָך די פֿרומע חתונות ווערן די מיסטקאַסטנס אין שׂימחה־זאַלן פֿול מיט שפּײַז־איבערבלײַבעכצער, און די קעכער וואַרפֿן אַרויס אין דרויסן איין ריזיקן זאַק עסנוואַרג נאָך אַ צווייטן? פֿאַרוואָס זענען די מיסטקאַסטנס אין פֿרומע געגנטן פֿול מיט שפּײַז נאָך יעדן שבת און יום־טובֿ? ס׳איז באַקאַנט אַ פֿאָרמעלער הלכה־תּירוץ, לויט וועלכן מע טאָר נישט פּטרן די צײַט אויפֿן זוכן אַן אָרט, וווּ מע זאָל איבערגעבן דאָס פֿאַרבליבענע עסן; דאָס איז אויך אַ פֿאָרעם פֿון „בל־תּשחית‟. לכתּחילה טאָר מען טאַקע נישט אַרויסוואַרפֿן קיין שפּײַז צי אַנדערע ניצלעכע זאַכן, נאָר צו טראַכטן, וואָס מע זאָל טאָן דערמיט, דאַרף מען אויך נישט. אַזאַ תּירוץ ברענגט דער באַקאַנטער ליטווישער פּוסק הרבֿ אַבֿרהם דאַנציק (1748 –  1820) אין זײַן ספֿר „חיי אָדם‟.

למעשׂה, האָב איך כּמעט קיינמאָל נישט געהערט, צום באַדויערן, אַז דער פֿרומער עולם זאָל זיך אַרײַנטראַכטן אין דער דאָזיקער פּראָבלעם. אויב עמעצער וויל צונעמען דאָס איבעריקע עסן פֿונעם טיש אָדער פֿון דער קיך – גוט, נאָר וועגן „בל־תּשחית‟ זאָרגט מען זיך גאָר זעלטן. די „יו־ען‟ וואָרנט, אַז הײַנט דראָט הונגער 276 מיליאָן מענטשן אַרום דער וועלט. איך מיין, אַז ס׳איז געקומען צו צײַטן זיך צו דערמאָנען, אַז די תּורה זאָגט אונדז אָן, וועלכע פֿאָרמעלע תּירוצים מע זאָל נישט צוטראַכטן, אַז צום עסן מוז מוז מען זיך באַציִען זייער אַחריותדיק. אויב אַפֿילו דאָס וועט נישט העלפֿן צו לייזן די פּראָבלעמען אין אַנדערע לענדער, קען עס העלפֿן דעם עקאָנאָמישן מצבֿ אין די ייִדישער קהילות גופֿא.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.