ווידעאָ: אַ קורצע געשיכטע פֿונעם ביאַליסטאָקער פּלעצל און ווי מע מאַכט עסVIDEO: A short history of the bialy and how it’s made
אין פּוילן, וווּ ס׳איז עד־היום פּאָפּולער, רופֿט מען זיי צעבולאַרש.
אין דעם קאַפּיטל „עסט געזונטערהייט“, ווײַזן שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאַכנאָוויץ ווי צו מאַכן אַ ביאַליסטאָקער פּלעצל אויפֿן טראַדיציאָנעלן שטייגער.
אַ ביאַליסטאָקער פּלעצל (באַקאַנט אויף ענגליש ווי אַ „ביאַלי“) איז אַ קײַלעכיק ברויטל מיט אַ גריבל אויבן, געפֿילט מיט ציבעלע און מאָן־קערעלעך. אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן „שוועסטערקינד“ — דער בייגל — האָט עס נישט קיין לאָך.
אין טייל ראַיאָנען רופֿט מען עס אַ ביאַליסטאָקער קוכן, און אין פּוילן, וווּ ס׳איז עד־היום פּאָפּולער, רופֿט מען זיי צעבולאַרש.
דאָס ביאַליסטאָקער פּלעצל האָבן ייִדישע אימיגראַנטן געבראַכט קיין אַמעריקע אין די שפּעטע 1800ער יאָרן און ס׳איז גיך געוואָרן אַ באַקאַנט געבעקס וואָס מע האָט געקענט געפֿינען אין ייִדישע בעקערײַען איבערן צפֿון־מיזרחדיקראַיאָן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. הײַנט זענען די „ביאַליס“ שווער צו געפֿינען מחוץ ניו־יאָרק אָבער מע קען מען עס קויפֿן פֿאַרפֿרוירן אין סופּערמאַרקן איבער אַמעריקע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO