נײַע פֿאָרשונג וועגן די סאָװעטיש-ייִדישע קאַריקאַטורן פֿון די 1930ער יאָרןNew research on Soviet-Jewish political cartoons of the 1930s
די שטודיע, און אַנדערע וועגן די אַמאָליקע ייִדן אין סיביר און ווײַסרוסלאַנד, געפֿינט זיך אינעם נײַסטן נומער „יודאַיִק–סלאַװישן זשורנאַל‟.
צװײ נײַע נומערן פֿונעם „יודאַיִק–סלאַװישן זשורנאַל‟, װאָס װערט אַרױסגעלאָזט אױף רוסיש דורך דעם מאָסקװער צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים „ספֿר‟, זײַנען דאָס מאָל געװידמעט צװײ ביז גאָר פֿאַרשײדענע ייִדישע ייִשובֿים.
די אַרטיקלען אינעם ערשטן נומער פֿון 2021 באַטראַכטן די קולטור און געשיכטע פֿון ייִדן אין סיביר. אין דער צאַרישער אימפּעריע איז סיביר געווען אַן אײגנאַרטיק אָרט אױף דער ייִדישער מאַפּע — װײַט פֿונעם ייִדישן תּחום–המושבֿ — און ייִדן האָבן ניט געהאַט קײן װױנרעכט דאָרט. אָבער דערבײַ איז סיביר געװען דאָס געגנט, װוּ די צאַרישע רעגירונג האָט פֿאַרשיקט כּלערלײ פֿאַרברעכער, סײַ קרימינעלע סײַ פּאָליטישע, און צװישן בײדע גרופּעס זײַנען געװען אױך ייִדן.
אַזױ אַרום האָבן זיך אין סיביר באַזעצט דרײַ ביז גאָר פֿאַרשײדענע מינים ייִדן: פֿאַרמעגלעכע געשעפֿטסלײַט, װאָס האָבן באַקומען דאָס װױנרעכט צוליב זײער פּריװילעגירטן סטאַטוס; ראַדיקאַלע סאָציאַליסטן און רעװאָלוציאָנערן, װי אױך געמײנע פֿאַרברעכער. בעת דער ערשטער װעלט–מלחמה זײַנען צו זײ צוגעקומען פּליטים פֿון דער פֿראָנט–זאָנע װי אױך געפֿאַנגענע עסטרײַכישע זעלנער. די סאָװעטישע מאַכט האָט גענומען אױפֿבױען אינדוסטריע אין סיביר, װאָס האָט צוגעצױגן אַ צאָל ייִדן, און אײנצײַטיק האָט מען דאָרט געשאַפֿן אַ סיסטעם פֿון שטראָפֿלאַגערן „גולאַג‟, װוּ ייִדן זײַנען געװען סײַ צװישן די אױפֿזעער סײַ צװישן די אַסירים.
װי װײַט זשע זײַנען די סיבירער ייִדן געװען אַנדערש פֿון די אַנדערע רוסישע ייִדן? אײניקע אָרטיקע פֿאָרשער האַלטן, אַז דאָס איז געװען אַ ייִדישע עדה מיט אַן אײגנאַרטיקן מהות און כאַראַקטער, אָבער פּראָפֿעסאָר װלאַדימיר לעװין און ד״ר אַנאַ בערעזין (ירושלימער אוניװערסיטעט) טענהן, אַז די סיבירער ייִדן זײַנען געװען טיף פֿאַרבונדן מיט אַנדערע ייִדן פֿונעם לאַנד. ניט געקוקט אױף די װײַטע מרחקים, װאָס האָבן זײ אָפּגעטײלט פֿון די צענטערס פֿונעם רוסישן ייִדנטום, האָבן ייִדן אין די סיבירער שטעט געבױט זײערע קהילות לױט דעם זעלביקן מוסטער װי ייִדן אין די גרױסע רוסישע שטעט. אין דעם זין זײַנען זײ געװען מער מאָדערן אײדער די ייִדן אין די טראַדיציאָנעלע שטעטלעך פֿונעם תּחום–המושבֿ.
אין סיביר האָבן זיך אַנטװיקלט אײגנאַרטיקע ייִדישע פּערזענלעכקײטן. יעקבֿ פֿריזער איז געװען אײנער פֿון די רײַכסטע סיבירער גאָלדגרוב–אײגנטימער און אַ חשובֿער בעל-צדקה. זײַנע זײן איז פֿאַרשיקט געװאָרן קײן סיביר פֿאַר אַ קרימינעלן פֿאַרברעכן און יעקבֿ איז אױפֿגעװאַקסן אין אַ פֿאַרװאָרפֿענעם שטעטל באַרגוזין, װאָס האָט געהאַט אַ קלײנע ייִדישע קהילה. נאָך דער אָקטאָבער–רעװאָלוציע האָט פֿריזער אָנגעװױרן זײַנע אונטערנעמונגען און זיך באַזעצט אין כאַרבין, כינע, װוּ ער האָט אָנגעשריבן זײַנע זכרונות.
גאָר אַן אַנדער טיפּ איז געװען לײב איצענאָװ פֿון אירקוטסק, װאָסער געשעפֿט איז געװען צו העלפֿן ייִדן „פֿאַרגלעטן‟ זײערע פּראָבלעמען מיט דער פּאָליצײ דורך כאַבאַר און אַנדערע מיטלען. בעת איצענאָװ איז געװען אַ פֿאָרשטײער פֿון דער ייִדישער אונטערװעלט, איז דער אירקוטסקער רבֿ ר’ נתן-נאָטע אָלעװסקי געװען אײנער פֿון די געצײלטע רבנים, װאָס האָבן פֿאַרפֿאַסט הלכישע שאלות–און–תּשובֿות צוגעפּאַסט צו די האַרבע סאָװעטישע באַדינגונגען.
דער צװײטער נומער פֿונעם זשורנאַל פֿון 2021 איז געװידמעט װײַסרוסלאַנד. די ייִדן האָבן אַ לאַנגע און רײַכע געשיכטע אינעם דאָזיקן לאַנד, װאָס איז אַ מאָל געװען אַ טײל פֿון דער פּױליש-ייִדישער מלוכה און דערנאָך פֿון רוסלאַנד.
נאָך דער ערשטער װעלט–מלחמה האָט מען אױף די חורבֿות פֿון דער רוסישער אימפּעריע געשאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע װײַסרוסישע פֿאָלקס-רעפּובליק, װאָס האָט זיך אױסגעהאַלט בלױז געצײלטע חדשים. דערנאָך איז די טעריטאָריע צעטײלט געװאָרן צװישן פּױלן און דעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. אָבער די רעגירונג פֿון דער װײַסרוסישער פֿאָלקס-רעפּובליק האָט נאָך געאַרבעט עטלעכע יאָר אין גלות אין בערלין. צװישן די מיניסטאָרן זײַנען געװען עטלעכע ייִדן ווי, למשל, חיים זשיטלאָװסקיס ברודער, שמואל.
דער דאָזיקער בערלינער פּעריאָד װערט באַשריבן אינעם אַרטיקל פֿון דער היסטאָריקערין קלער לע פֿאָל. זי האָט אַנטדעקט אַ טשיקאַװן דאָקומענט: דעם װײַסרוסישן פּאַספּאָרט פֿונעם באַרימטער ייִדישן און העברעיִשן דיכטער, חיים נחמן ביאַליק. װען ביאַליק איז אַנטלאָפֿן פֿון סאָװעטן-רוסלאַנד נאָך דער רעװאָלוציע, האָט ער ניט געהאַט קײן געהעריקן פּאַספּאָרט, האָט דער װײַסרוסישער קאָנסול אין סטאַמבול אים געגעבן אַ פּאַספּאָרט פֿון דער װײַסרוסישער פֿאָלקס-רעפּובליק, װאָס האָט שױן צו יענער צײַט מער ניט עקזיסטירט. אינעם פּאַספּאָרט איז געשטאַנען, אַז ביאַליק איז כּלומרשט געבױרן געװאָרן אין סלאָנים אין דער גראָדנער גובערניע, כאָטש אין דער אמתן איז זײַן געבוירן־אָרט געװען אין אוקראַיִנע. דער װײַסרוסישער פּאַספּאָרט האָט אים דערמעגלעכט צו דערקײַבן זיך קײן בערלין. דער דאָזיקער אַקט איז אַ סימן פֿון דער פֿרײַנדלעכער באַציִונג פֿון דער װײַסרוסישער רעגירונג צו ייִדן.
אין אײניקע אַרטיקלען פֿונעם זשורנאַל קען מען דערקענען געװיסע פּאַראַלעלן מיט דער הײַנטיקער פּאָליטישער סיטואַציע אין רוסלאַנד. למשל, פּראָפֿעסאָר אַנדרײ מאָראָז (מאָסקװע) אַנאַליזירט פֿאַרשײדענע פֿאָלקלאָרישע גלױבענישן װעגן דעם חורבן, װאָס זײַנען פֿאַרשפּרײט בײַ די הײַנטיקע תּושבֿים פֿון אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך אין װײַסרוסלאַנד. מען דערצײלט, אַז היטלער איז געװען ברוגז אױף ייִדן, װײַל זײַן מאַמע איז, מישטײנס געזאָגט, געװען אַ ייִדישע און האָט אים פֿאַרלאָזט קינדװײַז. עס איז מערקװירדיק, אַז אַזאַ מין „דערקלערונג‟, װאָס האָט ניט קײן װירקלעכן יסוד, האָט ניט לאַנג צוריק דערמאָנט אױך דער רוסישער אױסערן-מיניסטער סערגײ לאַװראָװ. װײַזט אױס, אַז די רוסישע אױסערן–מיניסטעריום טײלט די גלױבענישן פֿון די אַלטע פּױערים אין װײַסרוסישע דערפֿער!
אַן אַנדער מאַטעריאַל, װאָס קלינגט אַקטועל אױך הײַנט, איז די פֿאָרשונג פֿון סאָװעטישע פּאָליטישע קאַריקאַטורן פֿון די 1930ער יאָרן. סטאַלינס פּראָפּאַגאַנדע האָט ברײטהאַרציק גענוצט דאָס צונעמעניש „פֿאַשיסט‟ כּדי צו קריטיקירן און אױסלאַכן אַלע פּאָליטישע קעגנער פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים. דאָס איז געװען ספּעציעל פּאָפּולער אין די אַנטי-רעליגיעזע ייִדישע זשורנאַלן, דעם מאָסקװער „דער אַפּיקורס‟ און דעם מינסקער „דער קריגערישער אַפּיקורס‟.
צװישן אַזעלכע „פֿאַשיסטן‟ זײַנען געװען אי סטאַלינס קעגנער, דער קאָמוניסט לעװ טראָצקי אי דער דײַטשישער סאָציאַליסט קאַרל קאַוטסקי, שױן אָפּגערעדט — רבנים און ציוניסטן. דער „פֿאָרװערטס‟ האָט מען אױך געהאַלטן פֿאַר אַ „פֿאַשיסטישער‟ צוליב איר אַנטי–סאָװעטישער פּאָזיציע. װי עס באַװײַזט פּראָפֿעסאָר ענדריו סלאָין פֿונעם ניו–יאָרקער ברוך–קאָלעדזש, האָבן די דאָזיקע קאַריקאַטורן מגזם געװען טיפּיש ייִדישע פֿיזיאָנאָמישע שטריכן, אַזעלכע װי אַ לאַנגע נאָז אָדער פֿעטע לעפֿצן, ענלעך צו די אַנטיסעמיטישע נאַציסטישע סטערעאָטיפּן. דערבײַ זײַנען די קינסטלער אַלײן געװען ייִדן, און די אױפֿשריפֿטן זײַנען געװען אױף ייִדיש. װען מען זעט די דאָזיקע בילדער הײַנט, טראַכט מען װעגן דער רוסישער פּראָפּאַגאַנדע, װאָס האַלט אַלע אוקראַיִנער פֿאַר „פֿאַשיסטן‟.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO