ייִדישע טאָגשול אין פּעטערבורג שטעלט פֿאָר פּיעסע באַזירט אויף אַ חסידישער מעשׂהSt. Petersburg Jewish school stages play based on Hasidic story
די מעשׂה, וועגן אַ פֿאַרכּישופֿטער שטאָט, איז שטאַרק ענלעך אויף די קעלטישע לעגענדעס.
צום סוף פֿונעם לערניאָר האָט די פּעטערבורגער ORT־שול אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ־ספּעקטאַקל אויפֿן סמך פֿון אַ חסידישער מעשׂה לויט מײַן סצענאַר. לויט דער פּיעסע, „אַ מעשׂה וועגן דוד און דעם גן־עדן־עפּל“,איז דוד המלך קיין מאָל נישט געשטאָרבן, נאָר שלאָפֿט אין אַ מין אַנדער דימענסיע, איז שטאַרק ענלעך אויף די קעלטישע לעגענדעס וועגן דעם לעגענדאַרן קיניג אַרטור.
די אָריגינעלע דערציילונג איז דערשינען אינעם מעשׂה־ביכל „נפֿלאות רבי פּנחס מקאָריץ‟, וואָס איז אַרויס אין פּיעטריקעוו, ווײַסרוסאַלנד, אינעם יאָר תּרע״א (1911). אַ העברעיִשע איבערזעצונג איז אַרײַן אינעם הײַנטצײַטיקן צוויי־בענדיקן ספֿר „אמרי פּנחס‟. מע דערציילט, אַז דער באַרימטער חסידישער צדיק רבי פּנחס קאָריצער האָט אַמאָל דערציילט די דאָזיקע מעשׂה נאָך דער קידוש־לבֿנה און דערנאָך אַנטפּלעקט טיפֿע סודות פֿון די ווערטער „דוד מלך ישׂראל חיים וקיים‟ — אַז אין אַ געוויסן זין לעבט נאָך אַלץ דוד המלך. מע קאָן זיך משער זײַן, אַז זײַן דרשה האָט געהאַט צו טאָן מיטן באַקאַנטן חסידישן פּרינציפּ, לויט וועלכן אַן עכטער צדיק ווערט אינעם גײַסטיקן זין אייביק פֿאַררעכנט פֿאַר אַ לעבעדיקן.
לויט דער מעשׂה, האָט אַ טערקישער סולטאַן אַמאָל דערהערט, אַז ייִדן בענטשן די לבֿנה און זאָגן דערנאָך, אַז זייער קיניג דוד לעבט. אים האָט עס געקלונגען ווי אַ מרידה, איז ער געוואָרן אין כּעס און באַפֿוילן, אַז אויב ייִדן באַווײַזן נישט במשך פֿון אַ יאָר, אַז דוד המלך איז טאַקע אַ לעבעדיקער, וועט ער זיי אַלע פֿאַרטרײַבן פֿון זײַן מלכות און צונעמען זייערע פֿאַרמעגנס.
איינער אַ חכם האָט געטאָן אַ שאלות־חלום, געבעטן אַ מלאך צו דערקלערן אין אַ חלום, וואָס צו טאָן. פֿונעם הימל האָט ער באַקומען דעם ענטפֿער, אַז ער מוז אַוועקשיקן שליחים אין דער שטאָט לוז, וואָס ווערט דערמאָנט אין דער תּורה. ווען זיי זענען אָנגעקומען, האָט אַן אָרטיקער רבֿ זיי געזאָגט, אַז דער אמתער לוז געפֿינט זיך ערגעץ אַנדערש. כּדי אַהין דורכצוגיין, מוזן זיי אויסהאַלטן געוויסע נסיונות; דעמאָלט וועט זיך עפֿענען די טיר אין אַ גרויסן בוים. איינער פֿון די צוויי שליחים האָט מורא געהאַט זיך צו טובֿלען אין דער מיקווה פֿול מיט שלאַנגען און קראָקאָדילן, און געבליבן וואַרטן אויף זײַן חבֿר בײַ דעם בוים.
האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז לוז געפֿינט זיך אין עפּעס אַן אַנדער וועלט, וווּ די תּושבֿים לעבן אייביק און די עצם־גרענעץ צווישן טויטע און לעבעדיקע ווערט צעשווענקט. דוד המלך שלאָפֿט דאָרט און וועקט זיך אויף נאָר איין מאָל אַ יאָר. דער אוראַלטער ייִדישער מלך גיטה איבער דעם שליח אַ וווּנדער־עפּל פֿונעם גן־עדן, צוליב וועלכן ייִדן אין טערקײַ האָבן זיך געראַטעוועט פֿון דער ביטערער גזירה.
אין דער נײַער ווערסיע, געפֿינען זיך אַ צאָל פֿרויען־פּערסאָנאַזשן: די סולטאַנשע; די רביצין, וואָס פֿירט דורך די שאלות־חלום, און אַ מיידל, וואָס זעט אויס ווי אַן עלף און פֿירט דעם שליח אַרײַן אין דער יענוועלטישער שטאָט. איין חסרון אין דער פֿאָרשטעלונג איז וואָס די ייִנגלעך טראָגן נישט קיין יאַרמלקעס אין אַלע סצענעס. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, האָבן די אויפֿפֿירער פֿון דער פּיעסע פּשוט פֿאַרגעסן אָנצוטאָן יאַרמלקעס אויף זיי. ORT איז אַ וועלטלעכע שול, וווּ די תּלמידים און לערער זענען צוגעוווינט אַרומצוגיין מיט אַנטבלויזטע קעפּ. סוף־כּל־סוף, איז עס דאָך אַ וווּנדער־מעשׂה, וואָס קומט פֿאָר אין עפּעס אַ מיזרחדיק לאַנד. היסטאָריש גערעדט, זענען ייִדישע מענער נישט איבעראַל און נישט אַלעמאָל געגאַנגען מיט קאָפּ־צודעקן.
אינעם ספּעקטאַקל האָבן זיך באַטייליקט קינדער פֿון 7 ביז 11 יאָר. צום מערסטן איז מיר געפֿעלן געוואָרן, ווי דאָס מיידל דינאַראַ לאַטיפּאָוואַ האָט אויסגעפֿירט די ראָלע פֿון דער סולטאַנשע. דער סולטאַן (מיכאַיִל מעטשעטין), דער רבֿ (לעוו סמירנאָוו), די רביצין (קיראַ מאָטרינאַ) און אַנדערע האָבן אויך גוט געשפּילט, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז דאָס איז געווען זייער ערשטע טעאַטראַלישע דערפֿאַרונג. דער ווידעאָ ווערט באַגלייט מיט פּרעכטיקע ספּעציעלע עפֿעקטן.
איך האָב אויסגעקליבן דווקא אַזאַ מעשׂה, ווײַל זי האָט אי אַ חסידישן, אי אַן אינטערנאַציאָנאַלן טעם. לויט דער באַקאַנטער קעלטישער לעגענדע, שלאָפֿט דער לעגענדאַרער קיניג אַרטור אויפֿן מיסטעריעזן עפּל־אינדזל אַוואַלאָן, וווּ די תּושבֿים לעבן אייביק. דער וועג אַהין איז אַ סכּנותדיקער, פֿאַרבונדן מיט מיסטעריעזע אָזערעס און כּישוף־ביימער. דאָס וואָרט „לוז‟ מיינט אינעם קלאַסישן לשון־קודש אַ וואַלדנוס (אינעם ליטעראַרישן העברעיִש — אַ מאַנדל). וואַלדנוס־ביימער פֿיגורירן אויך כּסדר אין דער קעלטישער מיטאָלאָגיע.
וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן ייִדן צו די קעלטן? איז עס סתּם אַ צופֿאַל? דאַכט זיך, אַז נישט. די אַלט־ייִדישע ראָמאַנען וועגן דעם קיניג אַרטור זענען אַמאָל געווען גאָר פּאָפּולער בײַ ייִדן. דעם מערבֿ־אייראָפּעיִשן פֿאָלקלאָר, אַרײַנגערעכנט קעלטישע מעשׂיות, האָבן ייִדן אָפֿט אַדאַפּטירט ווי מעשׂיות וועגן גרויסע צדיקים. אַן אַנדער וווּנדערלעכע ייִדישע מעשׂה, „בריעה און זמרה‟, וווּ אַ פֿאַרליבטער חתן רײַט אויף אַ פֿערד אינעם גן־עדן צו זײַן כּלה, וואָס איז געשטאָרבן פֿון ליבע צו אים, איז אויך גאָר ענלעך אויף קעלטישע לעגענדעס. אין אַלט־ייִדישע אַדאַפּטאַציעס פֿון די אַרטורישע ראָמאַנען פֿיגורירן פֿרויען גענוג אָפֿט; אין דעם זין האָב איך, מעגלעך, דערנעענטערט די מעשׂה צו פֿריִערדיקע מיטל־עלטערלעכע וואַריאַנטן.
פּראָפֿ’ דזשעראָלד פֿרייקס, אַן אָנגעזעענער פֿאָרשער פֿון אַלט־ייִדישער ליטעראַטור, האָט אַ סך געשריבן וועגן דער ראָלע פֿון אַרטורישע לעגענדעס בײַ ייִדן, ווי מע קען לייענען אין זײַן בוך Early Yiddish Epic. אין סעפּטעמבער האָפֿן מיר ממשיך צו זײַן אונדזער טעאַטראַלישן פּראָיעקט און, אפֿשר, געפֿינען נײַע חידושדיקע פּאַראַלעלן צווישן דעם חסידישן און אַלגעמיינעם אייראָפּעיִשן פֿאָלקלאָר.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO