Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זום־טעאַטער: אַ מיידל פֿון אַ געמישטער ייִדיש־אַראַבישער משפּחה ווערט פֿאַרייאושטZoom theater: A girl from a mixed Jewish-Arabic background falls apart

אַ גרופּע אַמאַטאָרן האָבן דראַמאַטיש פֿאָרגעלייענט די פּיעסע ווי טייל פֿון אַ פּראָיעקט צו שאַפֿן אַ ווירטועלע טעאַטער־טרופּע.

נישט לאַנג צוריק האָט דער ישׂראלדיקער רעזשיסאָר און ייִדיש־טוער דניאל גלאַי דורכגעפֿירט אויף דער אינטערנעץ אַ פֿאָרלייענונג־רעפּעטיציע פֿון לייזער בליטס פּיעסע „לילה־לאה‟, ווי אַ נײַע שאַפֿונג פֿון זײַן „זום־טעאַטער‟.

אין דער פּרעמיערע, וואָס מע האָט אַרויסגעשטעלט דעם 18טן מײַ אויף „יוטוב‟, האָבן זיך באַטייליקט אַכט ייִדישיסטן פֿון פֿינעף לענדער: די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, האָלאַנד, ישׂראל און רוסלאַנד. נישט זײַענדיק על־פּי־רובֿ קיין פּראָפֿעסיאָנעלע צי אַפֿילו אַמאַטאָרישע אַקטיאָרן, האָבן זיי געפּרוּווט פֿאָרצולייענען אַלע דיאַלאָגן מיט אַ לעבעדיקן אַרטיסטישן טאָן. דער רעזשיסאָר האָט דערקלערט, אַז הגם געוויינטלעך באַווײַזט ער זיך אַליין אויף דער בינע, האָט ער דאָס מאָל נאָר זיך צוגעגעקוקט, ווי די אָנטיילנעמער שפּילן אויס די פּיעסע.

אין 2021 האָט דער תּל־אָבֿיבֿער ייִדיש־פֿאַרלאַג בית־לייוויק אַרויסגעגעבן דרײַ פּיעסעס פֿון לייזער בליט – אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס איז סײַ אַן אַקטיאָר סײַ אַ דראַמאַטורג. זײַן בוך חורבן־זכרונות „ניטאָ קיין כּוח צו פֿאַרגעסן‟ האָט אַרויסגעגעבן דער זעלבער פֿאַרלאַג. נאָך פֿריִער, אין 2020, האָט בית־לייוויק אָרגאַניזירט אַן אינטערנעץ־באַגעגעניש מיט בליטן. הײַנט איז דער מחבר פֿון דער פּיעסע 87 יאָר אַלט.

באַלד נאָך דער פּובליקאַציע פֿון בליטס פּיעסעס, האָט גלאַי געשאַפֿן זײַן „זום־טעאַטער‟. דעם 6טן דעצעמבער 2021, איז דערשינען די ערשטע פּראָדוקציע פֿונעם פּראָיעקט: לייזער בליטס פּיעסע „חנן‟, וווּ דער סיפּור־המעשׂה קומט פֿאָר אין אוקראַיִנע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.

די הויפּטהעלדין פֿון „לילה־לאה‟ איז אַ ישׂראלדיק מיידל פֿון אַ געמישטער ייִדיש־אַראַבישער משפּחה, לילה גרין, וואָס פֿילט זיך געריסן צווישן צוויי וועלטן. אַ סך דיאַלאָגן אין דער פּיעסע האָבן צו טאָן מיטן סיכסוך צווישן ייִדן און אַראַבער, צווישן רעליגיע און וועלטלעכקייט. לילה האָט געהאַט אַ קינד פֿון איר געוועזענעם ייִדישן געליבטן; איר עופֿעלע איז אָבער געשטאָרבן צו פֿיר חדשים. לילהס נאָענטע באַקלאָגן זיך, אַז זי פֿירט זיך אויף צו ווילד און שלאָפֿט „ווי אַ נפֿקא‟ מיט פֿאַרשיידענע מענער. אַ יונגער אַראַבער, ראַמזי כאַדאַר, איז אין איר פֿאַרליבט. דאָס מיידל איז אָבער פֿאַרצווייפֿלט און ווייסט נישט, וואָס צו טאָן מיט איר פֿאַרפּלאָנטערט לעבן און איר טאָפּלטער ייִדיש־אַראַבישער אידענטיטעט.

גלאַי האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז ער פּלאַנירט ווײַטער צו שפּילן פֿאַרשיידענע פּיעסעס אויף דער אינטערנעץ. צי קאָן זיך אָבער אַזאַ טעטיקייט פֿאַרוואַנדלען אין אַן עכטן טעאַטער? דערווײַל זעט די פּרעמיערע אויס אַמאַטאָריש. ס׳רובֿ אָנטיילנעמער האָבן פּשוט פֿאָרגעלייענט דעם טעקסט איינער נאָכן צווייטן. גלאַי האָט זיי געלויבט פֿאַרן רעדן אַ פֿליסיקן ייִדיש מיט גוטע אינטאָנאַציעס. ער גלייבט, אַז אַזאַ סאָרט אונטערנעמונג איז מסוגל צו דערמוטיקן די אַקטריסעס און אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן און דראַמאַטורגן. דער אימפּראָוויזירטער סטיל העלפֿט צו שאַפֿן דעם צוטרוי פֿון איין באַטייליקטן צו אַ צווייטן. די, וואָס שפּילן איצט אומפּראָפֿעסיאָלע, קאָנען מיט דער צײַט ווערן אַ חבֿרה געניטע שוישפּילער.

לויט מײַן פּערזענלעכער מיינונג, האָט צום בעסטן געשפּילט די מאָסקווער ייִדישיסטקע אַסיאַ ליידערמאַן. זי האָט אויסגעפֿירט די ראָלע פֿון דער הויפּטהעלדין, לילה. ליידערמאַן האָט מיטגעטיילט דעם פֿאָרווערטס, אַז זי האָט קיינמאָל פֿריִער נישט געשפּילט אין טעאַטער צי קינאָ. די באַטייליקונג פֿונעם מחבר, לייזער בליט, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי אײַרין, שאַפֿט אויך אַ וויכטיקע בריק צווישן דעם אַלטן דור נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער און יונגע ענטוזיאַסטן, וואָס האָבן זיך אויסגעלערנט די שפּראַך און שטרעבן צו אַנטוויקלען ווײַטער די ייִדישע קולטור.

צום באַדויערן, האָבן סײַ די פּאַנדעמיע פֿונעם קאָראָנאַווירוס, סײַ דער מיליטערישער קאָנפֿליקט צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע, אויפֿגעשטעלט אומגעריכטע גרענעצן צווישן די לענדער. אין דער זעלבער צײַט, האָט זיך אין דער וועלט אַנטוויקלט אַ נײַער מין אַחדות: דורך אַזעלכע קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען, ווי „זום‟, זענען אויפֿגעקומען אַ סך נײַע ווירטועלע גרופּעס. אינטערנעץ־קאָנפֿערענצן זענען שוין לאַנג באַקאַנט, נאָר צו שפּילן פּיעסעס אין „זום‟ איז טאַקע אַ חידוש, וואַס האָט ערשט זיך באַוויזן מיט צוויי יאָר צוריק.

דער געוויינטלעכער פֿאָלק־טעאַטער איבער דער וועלט, וווּ עס האָבן צוערשט אָפֿט געשפּילט מענטשן אָן קיין שײַכות צו דראַמאַטורגיע און שוישפּילערײַ, האָט מיט 100 יאָר צוריק דערפֿירט צו דער גרינדונג פֿון אַ סך באַרימטע טעאַטראַלישע טרופּעס. אַזוי צי אַנדערש, איז די עצם־באַטייליקונג אין אַזעלכע פּראָיעקטן וויכטיק פֿאַר די הײַנטיקע יונגע ייִדישיסטן.

איך גלייב, אַז ס׳וואָלט געווען כּדאַי, אַחוץ דעם שפּילן פּיעסעס „לעבעדיקערהייט‟, צוצוגרייטן פֿאַרשיידענע עפּיזאָדן מיט פֿאַרשיידענע מענטשן פֿון פֿריִער, און דערנאָך שאַפֿן פֿילמען פֿון זיי. די הײַנטיקע טעכנאָלאָגיעס דערמעגלעכן, צום בײַשפּיל, גרינג אַרײַנצושטעלן די זעלבע ווירטועלע דעקאָראַציעס הינטער די זעלבע אינטערנעץ־אויפֿטרעטער. „לעבעדיקייטהייט‟ קען מען עס אויך טאָן. אויף אַזאַ אופֿן וואָלט מען געקאָנט אָן קיין איבעריקן בודזשעט בשותּפֿות שאַפֿן אַ מער טראַדיציאָנעלן ווידעאָ־ספּעקטאַקל, פֿאַקטיש אַן אייגענע קינאָ־סטודיע אָן קיין גרענעצן און אָן דער באַדערפֿעניש צו געפֿינען אַ פֿיזיש אָרט. אינעם אימפּראָוויזירטן שפּילן אָן קיין ספּעציעלע טעכנאָלאָגישע קונצן שטעקט אָבער אַן אייגענע מעלה: די פֿרײַהייט אויסצושפּילן אַ ספּעקטאַקל גלײַך אויפֿן אָרט, אין אַ פֿרײַנדלעכער אָפֿענער אַטמאָספֿער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.