Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קורס וועגן ייִדישער פּאָעזיע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, געפֿירט אויף ייִדישCourse on Yiddish poetry in the Soviet Union to be held in Yiddish

דער קורס וועט דעקן ווערק פֿון דער „קיִעווער גרופּע“, די פּראָלעטאַרישע ליטעראַטור און דעם סטיל פֿון „פּראָסטע רייד“.

פֿונעם 27סטן יוני ביזן 15טן יולי, וועט פֿיליפּ שוואַרץ, אַ דאָקטאָראַנט בײַ דער פּױלישער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, לערנען אַ ווירטועלן קורס וועגן די ערשטע צען יאָר ייִדישע פּאָעזיע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. דער קורס, וואָס איז טייל פֿונעם וואַרשעווער ייִדיש־סעמינאַר, וועט זיך טרעפֿן יעדן טאָג, פֿון 9:30 ביז 11:00 אַ זײגער אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט.

אינעם קלאַס, וואָס וועט געפֿירט ווערן אויף ייִדיש, וועט מען לערנען די ווערק וואָס זענען אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין אוקראַיִנע, בעלאַרוס און רוסלאַנד, אָנהייבנדיק פֿונעם אויפֿבלי פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע בכלל און דער „קיִעווער גרופּע“ — און ענדיקן מיטן אויפֿקום פֿון דער פּראָלעטאַרישער ליטעראַטור און דעם סטיל פֿון „פּראָסטע רייד“.

אַחוץ די קלאַסישע דיכטער דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש און לייב קוויטקאָ וועט מען אויך לייענען ווערק פֿון ווייניק באַקאַנטע ליריקער ווי אַהרן קושניראָוו, ליפּע רעזניק, שמואל האַלקין און אַבֿרהם וועלעדניצקי, ווי אויך די שרײַבערינס דבֿורה כאָראַל, שפֿרה כאָלאָדענקאָ און מירע כענקין.

די סטודענטן וועלן זיך אויך באַקענען מיט די קריטישע עסייען פֿון יחזקאל דאָברושין, משה ליטוואַקאָוו און כאַצקל דוניעץ, ווי אויך שפּעטערדיקע מאמרים פֿון חיים לויצקער, הערש רעמעניק און דובֿ־בער קערלער.

כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויפֿן קורס, גיט אַ קוועטש דאָ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version