ווי צו שמועסן וועגן אוקראַיִנע אויף ייִדישHow to speak about Ukraine in Yiddish
נישט אַלע ייִדיש־רעדער ווייסן אַז Crimea איז אויף ייִדיש קרים אָדער אַז דער ייִדישער נאָמען פֿאַר Lviv איז לעמבעריק.
אַז מע פֿירט אַ שמועס אויף ייִדיש וועגן דעם הײַנטיקן מצבֿ אין אוקראַיִנע, איז נישט תּמיד גרינג צו וויסן ווי מע רופֿט אַלע געאָגראַפֿישע ערטער פֿונעם לאַנד.
אַ טייל נעמען קען מען זיך אַליין משער זײַן ווי, למשל, דער שוואַרצער ים אָדער די שטאָט טשערנאָוויץ. אָבער נישט אַלע ווייסן אַז Crimea איז אויף ייִדיש קרים אָדער אַז דער ייִדישער נאָמען פֿאַר Lviv איז לעמבעריק.
כּדי צו העלפֿן ייִדיש־סטודענטן און סתּם ייִדיש־רעדער מיט אָט די געאָגראַפֿישע טערמינען האָט די ייִדיש־ליגע אַרויסגעלאָזט אַ רשימה נעמען פֿון שטעט, ראַיאָנען און טײַכן אין אוקראַיִנע, ווי אויך ווערטער און פֿראַזעס פֿאַרבונדן מיט די פֿאַרשפּרייטסטע אינדוסטריעס פֿונעם לאַנד ווי למשל תּבֿואה, קאָרן און קוקורוזע.
כּדי צו זען די רשימה גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO