Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּובליקאַציע פֿון בוך „משה קולבאַק — אַלע לידער און פּאָעמען“ ווערט געפֿײַערט אין ישׂראלNew book, “Moyshe Kulbak – All His Poems” is celebrated in Israel

די לידער ווערן איבערגעגעבן אויף ייִדיש, לאַטײַנישער טראַנסליטעראַציע און ווײַסרוסיש.

לאַנגע יאָרן האָט שוין כּמעט קיינער ניט געגלייבט, אַז די ליבהאָבער פֿון משה קולבאַקס פּאָעזיע וועלן זוכה זײַן צו נעמען אין די הענט אַרײַן דעם גרויסן דיכטערס באַנד פֿון אַלע זײַנע ווערק.

מיט אַ חודש צוריק איז אין פּראָג אַרויס אַן אייגנאַרטיקע ייִדיש־ווײַסרוסישע אויסגאַבע „משה קולבאַק — אַלע לידער און פּאָעמען“, צונויפֿגעשטעלט און איבערגעזעצט פֿון סיאַרהיי שופּאַ — אַ מענטש וואָס איז שוין גוט באַקאַנט אין דער ייִדיש־ליטוויש־ווײַסרוסישער וועלט ווי דער איבערזעצער פֿון קולבאַקס ראָמאַן, „מאָנטאָג“ (וואַרשע, 1926) און ווי אַ זשורנאַליסט פֿון דער פֿאַרבאָטענער ראַדיאָ־סטאַנציע „סבאַבאָדאַ“ („פֿרײַהײַט“) אין ווײַסרוסלאַנד.

דאָס בוך איז רעדאַקטירט געוואָרן פֿונעם ייִדיש־פֿאָרשער הירשע־דוד כּ״ץ און דער אוקראַיִנישער איבערזעצערין אַסיע פֿרומאַן וועלכע וווינט איצט אין האַמבורג. צום ערשטן מאָל האָט מען צונויפֿגעזאַמלט אין איין אויסגאַבע אַלע דיכטערישע ווערק פֿון קולבאַקן. אינעם בוך געפֿינט זיך אויך די לאַטײַנישע טראַנסליטעראַציע פֿון זײַנע ווערק און אַ פּאַראַלעלע „פּראָזאַיִשע“ ווײַסרוסישע איבערזעצונג.

דעם 23סטן מײַ האָט די ליטווישע אַמבאַסאַדע אין ישׂראל דורכגעפֿירט אַ יום־טובֿ לכּבֿוד דעם בוך, בײַ וועלכן מע האָט דער טאָכטער פֿונעם גרויסן ייִדישן דיכטער און פּראָזאַיִקער, ראַיע קולבאַק, געגעבן אין די הענט אַרײַן דאָס בוך אין אַ וואַרעמער משפּחהדיקער אַטמאָספֿער, וווּ מע האָט געקענט הערן רוסיש, ליטוויש, העברעיִש און ענגליש.

די ליטווישע אַמבאַסאַדאָרין לינאַ אַנטאַנאַוויטשיעניע (רעכטס) מיט משה קולבאַקס טאָכטער, ראַיע קולבאַק Photo by Daniel Braish

די אַמבאַסאַדאָרין פֿון ליטע, לינאַ אַנטאַנאַוויטשיעניע, האָט געעפֿנט די צערעמאָניע, באַגריסנדיק די משפּחה, סיאַרהיי שופּאַ און קולבאַקס לייענער פֿון דער וועלט, אונטערשטרײַכנדיק דעם באַטײַט פֿון קולבאַקס קינסטלערישן וואָרט פֿאַר פֿאַרשיידענע פֿעלקער. שופּאַ האָט גערעדט וועגן די פּראָפֿעסיאָנעלע ניואַנסן פֿון דער איבערזעצערישער אַרבעט און האָט פֿאָרגעלייענט אַ פֿראַגמענט פֿון קולבאַקס פּאָעמע „ווילנע“ אויף ייִדיש און אויף ווײַסרוסיש.

אויף דער אונטערנעמונג זײַנען אויך אויפֿגעקומען פֿראַגעס אַרום דעם ייִדיש־אויסלייג פֿונעם בוך. די דאָזיקע אויסגאַבע באַניצט זיך ניט מיט דעם באַקאַנטן אויסלייג פֿון כּלל־ייִדיש. באַוווּסט, אַז קולבאַקס ביכער זײַנען במשך פֿון די יאָרן געדרוקט געוואָרן לויט פֿאַרשיידענע אויסלייג־סיסטעמען וואָס איז אַליין געווען אַ גרויסע שוועריקייט בײַם פּובליקירן זײַנע ווערק. שופּאַ דערקלערט אַז מע האָט אויסגעקליבן דעם אויסלייג וואָס בער באָראָכאָוו און זלמן רייזען האָבן געהאַט פֿאָרגעלייגט, ווי עס ווערט באַשריבן אין דוד כּצעס „כּלל־תּקנות פֿון ייִדישן אויסלייג“ (אָקספֿאָרד, 1992). דער דאָזיקער אויסלייג שטייט נעענטער ווי אַלע אַנדערע צו קולבאַקס ווערק פֿון דער ווילנער תּקופֿה, אַרײַנגערעכט זײַן ערשט בוך, „שירים“ (1920) ווי אויך זײַנע ,,אַלע ווערק“, אַרויסגעלאָזט אין 1929 פֿון ב. קלעצקינס פֿאַרלאַג.

דאַרף מען דאָ אויך זאָגן אַ וואָרט וועגן די דיאַלעקטישע באַזונדערקייטן פֿונעם בוך. אין קולבאַקס ווערק טרעפֿן זיך פֿאָנעטישע, גראַמאַטישע און לעקסיקאָגראַפֿישע סימנים פֿון זײַן ווײַסרוסיש־ליטווישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש. די דאָזיקע באַזונדערקייטן, וואָס זײַנען שפּעטער אָפֿט קאָרעגירט געוואָרן לויט די תּקנות פֿון דער כּלל־שפּראַך, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיקע כאַראַקטעריסטיק פֿון קולבאַקס דיכטערישן לשון. דערפֿאַר ווערט אינעם בוך צום מערסטנס אויפֿגעהיט די אָריגינאַלע גראַמאַטיק פֿונעם מחבר. דער באַשלוס אָפּצוהיטן קולבאַקס דיאַלעקט ווערט אַ וועג סײַ פֿון אָפּגעבן כּבֿוד דעם דיכטער, סײַ פֿון דעם פּרוּוו אויפֿצוהיטן רײַכע, ווערטפֿולע קולטור־קאָנפֿיגוראַציעס פֿון דער ליטעראַרישער ייִדישער שפּראַך.

ראַיע קולבאַק האָט דערציילט וועגן איר טאַטנס לעבן, שאַפֿן און גורל פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל. זי אַליין וווינט זינט די 1990־ער יאָרן אין תּל־אָבֿיבֿ. זי איז געווען אַ קליין קינד ווען די סאָוועטן האָבן אומגעבראַכט איר טאַטן און הײַנט איז זי די לעצט פֿאַרבליבענע וואָס האָט אים נאָך געקענט. זי קען גוט איר טאַטנס לידער, ווי מע קען זען בײַ דעם ווידעאָ, וווּ זי רעציטירט דאָס ליד „זון־פֿאַרגאַנג“.

ראַיע האָט באַטאָנט דעם אונטערשייד צווישן פֿאַרשיידענע באַטײַטן פֿון ווײַסרוסלאַנד און ליטע אין קולבאַקס לעבן: ,,קולבאַק איז געבוירן געוואָרן, אָנגעהויבן זײַן ליטעראַרישן וועג, געשאַפֿן וויכטיקע ווערק זײַנע און איז אומגעבראַכט געוואָרן — אַלץ אויף דער ווײַסרוסישער ערד. אויף דער ליטווישער ערד האָט ער אָבער באַקומען די אמתע אָנערקענונג ווי אַ ייִדישער דיכטער און פּראָזאַיִקער. אין ווילנע איז קולבאַק באַקאַנט געוואָרן סײַ ווי אַ פּאָעט, סײַ ווי אַ רעדנער, סײַ ווי אַ רעזשיסער. קולבאַק איז אויכעט געווען אַ לערער פֿון ייִדיש בײַם באַרימטן ייִדישן ווילנער לערער־סעמינאַר און בײַ די צוויי ווילנער גימנאַזיעס.“

ווי מוסטערס פֿון קולבאַקס גרויסקייט און זײַן באַזונדערער השפּעה אויף דער געזעלשאַפֿט אין ווילנע, האָט ראַיע דערציילט אַז אינעם יאָר 1997, ווען ליטע האָט געפֿײַערט דעם 200סטן יאָרצײַט פֿונעם ווילנער גאון, דעם גרויסן רבי אליהו בן שלמה־זלמן (1720—1797), האָבן אַלע געסט פֿון דעם יום־טובֿ, וועלכע זײַנען געקומען פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, באַקומען אַ מתּנה – צוגעגרייט פֿון דער אָרגאַניזיאַטאָרן פֿון דער פֿײַערונג: אַ נײַע אויסגאַבע פֿון קולבאַקס פּאָעמע „ווילנע“, איבערגעזעצט אויף זיבן שפּראַכן. דער רעדאַקטאָר פֿון יענעם בוך איז דער איבערזעצער פֿון דער פּאָעמע אויף ליטוויש — אַלפֿאָנסאַס בוקאַנטאַס, און דער אילוסטראַטאָר — בראָניוס לעאָנאַוויטשוס. אינעם בוך געפֿינען זיך אויסגעצייכנטע ליטאָגראַפֿיעס, מאַפּעס, צייכענונגען און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דער שטאָט ווילנע פֿון פֿאַרשיידענע יאָרהונדערטער.

ראַיע האָט אויך אַנטפּלעקט אַ ריי אינטערעסאַנטע פֿאַקטן סײַ וועגן איר טאַטנס טויט, סײַ וועגן דעם ראַטעווען פֿון זײַנע ביכער. אין 1937 איז קולבאַק באַשולדיקט געוואָרן, אָן שום ראיות, און דערשאָסן געוואָרן מצד סטאַלינס רוצחים. ראַיע זאָגט אַז קולבאַק איז געווען דער ערשטער פֿון זײַן משפּחה דערמאָרדעט צו ווערן. דער משפּחה האָבן די אינסטאַנצן איבערגעגעבן אַ תּמצית פֿון זײַן משפּט־דאָסיע, װוּ עס שטײט געשריבן אַז דעם 28סטן אָקטאָבער 1937 איז פֿאָרגעקומען דער פּראָצעס פֿון קולבאַק וועלכער האָט געדויערט 15 מינוט. די באַשולדיקונגען האָט מען אָנגעשריבן אין בלויז פֿינף פּאַראַגראַפן, אָבער קולבאַק האָט געלייקנט אַז ער איז שולדיק. דער גזר־דין, וואָס מע האָט באַשטימט אָן שום רעכט אים צו אַפּעלירן, איז געווען טויט־שטראָף. די נאַכט פֿונעם 29סטן אָקטאָבער 1937, אין דער דאָרפֿישער אומגעגנט פֿון קוראַפּאַטי, האָט די רעגירונג אויסגעשאָכטן אַרום 100 מענטשן, די חשובֿסטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער ווײַסרוסישער קולטור.

גלײַך נאָך זײַן מאָרד — האָט ראַיע ווײַטער דערציילט — איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אַ באַפֿעל פֿון דער סטאַליניסטישער סאָוועטישער רעגירונג: מע זאָל אַלע ביכער פֿון משה קולבאַק אַרויסציִען פֿון די ווײַסרוסישער ביבליאָטעקן און זיי צעשטערן. צוויי ביבליאָטעק־אַרבעטער, אַ פֿרוי מיט אַ מאַן, האָבן אָבער דווקא באַהאַלטן קולבאַקס ביכער. ראַיע ווייסט דעם נאָמען פֿון דער פֿרוי – פֿראַנקאַ פֿרישמאַן, אָבער ניט דעם נאָמען פֿונעם מאַן. אין יענער צײַט האָט פֿראַנקאַ פֿרישמאַן געהאַט אַ משפּחה – אַ זון און אַ מאַן. שפּעטער, ווען פֿרוי פֿרישמאַן האָט זיך דערוווּסט, אַז קולבאַקס אַלמנה זשעניע (זעלדע) איז צוריקגעקומען פֿון לאַגער, האָט זי איר דערלאַנגט די טײַערע מתּנה.

אין 1956 איז קולבאַק רעהאַביליטירט געוואָרן — אַ פּנים הינטער געשלאָסענע טירן. קולבאַקס אַלמנה האָט שפּעטער יאָ אויסגעפֿונען וועגן זײַן רעאַביליטאַציע, אָבער האָט ניט געוווּסט פּינקטלעך ווען דאָס איז פֿאָרגעקומען אָדער די אומשטענדן פֿון קולבאַקס טויט בכלל. און קולבאַקס עלטערן, ברידער און שוועסטער האָבן דאָס אַוודאי נישט דערלעבט דאָס צו זען.

„דאָס אַלץ וואָס סטאַלין האָט געפּרוּווט פֿאַרטיליקן האָט אונדזער איבערזעצער מצליח געווען אָפּצוהיטן,“ האָט ראַיע געזאָגט בײַם שלאָס פֿון איר רעדע. „לאָמיר זשע האָפֿן אַז די דאָזיקע אוניקאַלע אויסגאַבע וועט טאַקע געפֿינען אירע לייענער און פֿאַרערער.“

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version