Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

װאָס אַ בראַזיליאַנער צײַטונג האָט געשריבן װעגן שלום־עליכמען אין יולי 1916 What a Brazilian paper wrote about Sholem Aleichem in 1916

לכּבֿוד דעם 106טן יאָרצײַט פֿונעם באַליבטן ייִדישן שרײַבער

הײַיאָר מערקן מיר אָפּ דעם 106טן יאָרצײַט פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער שלום־עליכם, אָבער צוליב דער קאָוויד־מגפֿה קען מען זיך נאָך אַלץ נישט טרעפֿן כּדי פֿאָרצולייענען זײַנע ווערק, ווי ער האָט געהאַט געבעטן אין זײַן צוואה.

האָב איך געפֿאָרשט די ייִדישע פּרעסע, אַרױסגעגעבן מיט אַ הונדערט יאָר צוריק, אין כּלערלײ לשונות איבער דער גאַנצער װעלט. עס האָט מיך אינטערעסירט, װאָס האָבן די ייִדישע זשורנאַליסטן, דעם שרײַבערס מיטצײַטלער גופֿא, געװוּסט דעמאָלט װעגן זײַן לעבנסװעג און שאַפֿונג און װי אַזױ האָבן זײ אָפּגעשאַצט זײַן ראָלע אין דער אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

‏עס האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צו געפֿינען אַן אַרטיקל, געװידמעט דעם שרײַבער, אין דער בראַזיליִאַנער חודשלעכער צײַטונג „אַ קאָלומנאַ“, דערשינען אױף פּאָרטוגעזיש אין ריִאָ דע זשאַנעראָ אין די יאָרן 1916 ־ 1917. דאָס איז געװען די ערשטע ייִדישלעכע פּאָרטוגעזיש־שפּראַכיקע פּעריִאָדישע אױסגאַבע אין בראַזיל. דער אַרטיקל, וואָס האָט געהייסן פּשוט „שלום־עליכם“, ‏איז אָפּגעדרוקט געװאָרן אױף אירע שפּאַלטן דעם 7טן יולי 1916, ד״ה בלױז אַ פּאָר חדשים נאָך שלום־עליכמס פּטירה. ‏

לאָמיר ברענגען דאָ אַ געקירצטן נוסח פֿונעם אַרטיקל, איבערגעזעצט פֿון פּאָרטוגעזיש פֿון אַני־הקטן:‏

אָנהײב מײַ איז דער באַרימטער שרײַבער שלום עליכם ניפֿטר געװאָרן אין ניו־יאָרק. דאָס איז אַ שװערער פֿאַרלוסט פֿאַר דער ליטעראַטור אױף ייִדיש, װאָס ער האָט זי באַרײַכערט מיט אַ גרױסער צאָל פֿון די לױבװערדיקע שאַפֿונגען זײַנע. ס’רובֿ פֿון זײ זײַנען איבערגעזעצט געװאָרן אױף ענגליש און װערן װײַט געלײענט‏ אין ענגלאַנד און באַזונדערס אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, װוּ זײ זײַנען זײער פּאָפּולער.

זײַן ליטעראַרישער סטיל איז אַזױפֿיל ענלעך אױפֿן ליטעראַרישן סטיל פֿון מאַרק טװיין, אַז ווען עמעצער האָט פֿאָרגעשטעלט די צוויי שרײַבער איינער צום צווייטן האָט טוויין געזאָגט: „איך בין דער אַמעריקאַנער שלום־עליכם“, און שלום עליכם האָט געענטפֿערט דערױף: „און איך בין דער ייִדישער מאַרק טװיין.“

שלום־עליכם (פֿון געבורט: שלום ראַבינאָװיטש) איז געבױרן געװאָרן אין פּערעיאַסלאַװ, פּאָלטאַװער גובערניע, אין 1859. אין עלטער פֿון 21 יאָר, נאָכן פֿאַרענדיקן דאָס לערנען איז ער באַשטימט געװאָרן ווי דער רבֿ פֿונעם שטעטל, לובען.

שפּעטער האָט ער זיך באַזעצט אין קיִעװ, װוּ ער האָט געלעבט ביז 1905, װען ס’איז פֿאָרגעקומען דער טרױעריק באַרימטער פּאָגראָם. דאָס איז פֿאַר אים געווען אַזאַ קלאַפּ אַז, זײַנדיק דעמאָלט שוין נישט געזונט, האָט ער אין באַשלאָסן ,צוליב זיכערקײט, זיך איבערצוציִען קײן ניו־יאָרק.

ער האָט זײער פֿרי אָנגעהױבן זיך צו פֿאַרנעמען מיט ליטעראַרישער טעטיקײט.

מע האָט פּובליקירט זײַנע ווערק אין פֿאַרשײדענע ייִדישע צײַטונגען: „שימעלע“ אין „האסיף“ (1889), „שושנה“ (1889) אין „הצפֿירה“ — די ערשטע העברעיִש-שפּראַכיקע צײַטונג אין פּױלן, „דאָן קיכאָט פֿון מאַזעפּעװקע“ אין „פּרדס“ (1892), און אַ סך אַנדערע.

אין צפֿון־אַמעריקע, האָט ער געשריבן כּמעט פֿאַר אַלע אױסגאַבעס פֿון דער העברעיִשער פּרעסע.

ער האָט אױכעט אָנגעשריבן אַ צאָל דערצײלונגען פֿאַר „המליץ“ — די ערשטע העברעיִש-שפּראַכיקע צײַטונג אין דער רוסלענדישער אימפעריִע און האָט זײ שפּעטער פּובליקירט באַזונדער אונטערן טיטל „תּמונות וצללים“ („בילדער און שאָטנס“) אין 1889־1890.

די דאָזיקע אַרבעט האָט געשטעלט שלום ראַבינאָװיטשן אין דער רײ פֿון די ערשטע מחברים פֿון דער נײַער העברעיִשער ליטעראַטור.

ער האָט אױך געשריבן אױף רוסיש, ווי, למשל, די פֿאַרשמטע נאָװעלע „די טרױמער„, פֿאַרעפֿנטלעכט אין „דער ייִדישער איבערזיכט“ אין 1886.

די גרעסטע פּאָפּולערקײט האָט ער אָבער באַקומען אַ דאַנק זײַנע פּובליקאַציעס אין די אױסגאַבעס אױף ייִדיש. די בעסטע װערק, װאָס ער האָט געשאַפֿן אויף ייִדיש זײַנען געווען: „סטעמפּעניו“, „יאָסעלע סאָלאָװײ“, „קינדערשפּיל“, „סענדער בלאַנק“, „שמרס משפּט“ און אַ סך אַנדערע.

מע גיט אים אָפּ דעם כּשר פֿאַרדינטן כּבֿוד אין דער גאַנצער ייִדישער װעלט. און אױך דאָ, אין ריִאָ דע זשאַנעראָ, האָט מען געגרינדעט אַ ביבליִאָטעק, װעלכע טראָגט זײַן נאָמען.

לאָמיר האָפֿן, אַז מיר װעלן סוף־כּל־סוף באַזיגן די קאָוויד־מגפֿה און קענען װידער אַ מאָל זיך פֿאַרזאַמלען אין אײנעם מיט שלום־עליכמס קרובֿים, בכּדי אָפּצומערקן זײַן יאָרצײַט בהסכּם מיט די װוּנטשן פֿון זײַן צוואה, מיט די רעציטאַציעס פֿון זײַנע סאַמע פֿרײלעכסטע מעשׂיות, באַגלײט מיט געלעכטער און אַפּלאָדיסמענטן פֿון גאַנצן עולם.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version