ווידעאָ: זעט ווי מיר מאַכן בלינצעס לכּבֿוד שבֿועותVIDEO: Making Blintzes for Shavuoth
אַחוץ די קעזבלינצעס וועט איר זיך אויך דערוויסן ווי צוצוגרייטן עפּל־קאָמפּאָט צו באַגלייטן די בלינצעס.
לכּבֿוד דעם יום־טובֿ שבֿועות, וואָס וועט הײַיאָר אויספֿאַלן דעם 6טן און 7טן יוני, ווילן מיר אײַך ווײַזן ווי מע גרייט צו אַ באַקאַנט שבֿועות־מאכל — קעזבלינצעס — באַגלייט מיט אַ היימישן עפּל־קאָמפּאָט.
דאָס עסן מילכיקס איז אַ באַקאַנטע טראַדיציע שבֿועות, כאָטש די סיבות דערפֿאַר זענען נישט קלאָר.
איין אויסטײַטש איז פֿאַרבונדן מיט דעם וואָס, לויט דער טראַדיציע, איז שבֿועות באַקאַנט ווי דער טאָג וואָס גאָט האָט געגעבן ייִדן די תּורה. נאָך דעם וואָס די ייִדן האָבן זי באַקומען האָבן זיי געדאַרפֿט אָנהייבן פֿאָלגן אַלע דינים. נאָכן אומקערן זיך צוריק צו זייערע געצעלטן אין מידבר האָבן זיי מער נישט געקענט עסן דאָס פֿלייש ווײַל זיי האָב עס געהאַט צוגעגרייט איידער זיי האָבן געוווּסט די הלכות פֿאַרבונדן מיט דעם. פֿון דער אַנדערער זײַט וואָלט דאָס שעכטן און קאָכן פֿליישיקס געדויערט צו לאַנג פֿאַר די מידע, הונגעריקע בני־ישׂראל, האָבן זיי אַנשטאָט דעם געגעסן מילכיקס.
מע זאָגט אויך אַז מילכיקס איז פֿאַרבונדן מיט פּשטות און באַשיידנקייט, ווערט עס דערפֿאַר באַטראַכט ווי אַ פּאַסיקע זאַך צו עסן גלײַך נאָכן מתּן־תּורה.
פֿאַר די וואָס זוכן אַ מער וויסנשאַפֿטלעכע סיבה פֿאַר וואָס מע עסט שבֿועות מילכיקס, קען מען צוגעבן אַז דער יום־טובֿ איז אָפֿט פֿאַרבונדן מיטן פֿרילינג־שניט, און פֿרילינג איז מסתּמא געווען דער סעזאָן ווען מע האָט פּראָדוצירט קעז און אַנדערע מילכיקע זאַכן.
ווי עס זאָל נישט זײַן איז שבֿועות אַ גוטע געלעגנהייט אויסצופּרוּוון אונדזערע באַליבטסטע מילכיקע מאכלים, נעמענדיק אין באַטראַכט אַז בײַ אַנדערע ייִדישע יום־טובֿים מאַכן ס׳רובֿ ייִדן פֿליישיקס.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO