אַ נײַע וועבזײַט פֿאַרן פֿאָרווערטס — מיט עטלעכע שיינע סורפּריזןA new website for the Forverts – and some pleasant surprises
די שריפֿט איז אַ סך קלאָרער ווי פֿריִער און די ייִדיש־שפּראַכיקע אַרטיקלען געפֿינען זיך באַזונדער פֿון די ענגלישע.
דער פֿאָרווערטס — סײַ דער אַלגעמיינער אויף ענגליש, סײַ דער ייִדיש־שפּראַכיקער — האָט לעצטנס ממשותדיק געביטן דעם אויסזען פֿון דער דיגיטאַלישער צײַטשריפֿט, און פֿאַרגרינגערט דעם אופֿן ווי אַזוי די לייענער קומען אָן צו די מאַטעריאַלן וואָס פֿאַראינטערעסירן זיי.
איין ענדערונג וואָס מע זעט גלײַך ווען מע קומט אָן (קוועטשט אויפֿן לינק: forward.com/yiddish) איז וויפֿל שענער ס׳איז איצט די שריפֿט. יאָרן לאַנג האָבן לייענער זיך באַקלאָגט וועגן דער נישט־אײַנגענעמער שריפֿט בײַ אונדז אָבער ס׳איז פֿריִער געווען טעכניש כּמעט אוממעגלעך דאָס צו בײַטן. איצט, אַז מיר זענען אַריבער אויף אַ נײַער דרוק־פּלאַטפֿאָרמע, wordpress, איז כּמעט די ערשטע ענדערונג געווען אָנצונעמען אַ שריפֿט וואָס איז אַ סך קלאָרער און שענער ווי די פֿריִערדיקע.
איר וועט אויך באַמערקן אַז די ייִדיש־שפּראַכיקע פֿאָרווערטס־אַרטיקלען זענען איצט צעטיילט פֿון די ענגליש־שפּראַכיקע. מיר האָבן לעצטנס אָנגעהויבן רעגלמעסיק פּובליקירן אַרטיקלען אויף ענגליש לטובֿת דער גרויסער צאָל אוהבֿי־ייִדיש איבער אַמעריקע און דער וועלט וואָס דריקן אויס אַ נאָענטע עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, אָבער זיי אַליין קענען די שפּראַך נישט לייענען אָדער אַפֿילו פֿאַרשטיין. מיר האָבן באַשלאָסן אָפּצוזינדערן די ייִדיש־שפּראַכיקע אַרטיקלען פֿון די ענגלישע כּדי גרינגער צו מאַכן די לייענער צו געפֿינען וואָס זיי זוכן.
אַחוץ דעם געפֿינען זיך איצט אַ סך מער פֿון די ייִדיש־שפּראַכיקע אַרטיקלען אויפֿן ערשטן „זײַטל“ פֿונעם פֿאָרווערטס. אויבן זעט מען די דרײַ נײַסטע אָבער אויב איר בלעטערט אַראָפּ וועט איר געפֿינען נאָך אַכט אָקערשטיקע אַרטיקלען אויף ייִדיש. פֿריִער האָט מען געזען בלויז פֿיר אַרטיקלען אַ זײַט.
נאָך עטלעכע וויכטיקע ענדערונגען קען מען זען אויפֿן היימזײַטל פונעם אַלגעמיינעם Forward. נישט בלויז איז דאָס „קנעפּל“ אָנצוקומען צום ייִדישן פֿאָרווערטס געדרוקט מיט ייִדישע אותיות (קוקט אויבן אויפֿן אַלגעמיינעם מעניו), נאָר מע זעט אויפֿן היימזײַטל אויך דאָס קעפּל און באַשרײַבונג פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע אַרטיקלען, און טאַקע אויף ייִדיש גופֿא. אמת, די Forward־לייענער וועלן דאָס נישט קענען איבערלייענען, אָבער מיר האַלטן אַז דאָס איז אַ וויכטיקער סימבאָלישער שריט וואָס גיט אָפּ כּבֿוד דער ייִדישער שפּראַך פֿאַרן ברייטן עולם.
אַחוץ דעם, ווען איר בלעטערט אַראָפּ אונטן (scroll down בלע״ז), וועט איר זען, אויף רעכטס, צוויי רובריקן פֿונעם פֿאָרווערטס, „דאָס ייִדישע וואָרט פֿון טאָג“ (באַקאַנט ווי Yiddish Word of the Day) און דאָס טעגלעכע ייִדישע ווערטערשפּיל, „ווערטל“. דאָ גיט מען איבער די קעפּלעך דווקא יאָ אויף ענגליש ווײַל ביידע מאַטעריאַלן ציִען צו אַ סך מענטשן וואָס לייענען נישט קיין ייִדיש. אמת, מע דאַרף קענען דעם ייִדישן אַלף־בית כּדי צו שפּילן „ווערטל“, אָבער עס שפּילן זי אויך מענטשן וואָס זייער ייִדיש איז גאַנץ שוואַך.
בקיצור, מיר האָפֿן אַז איר וועט הנאה האָבן פֿון דעם נײַעם פֿאָרמאַט און אַז עס וועט אײַך זײַן גרינגער צו געפֿינען די מאַטעריאַלן וואָס פֿאַראינטערעסירן אײַך.
ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ, ווילן מיר הערן וואָס איר טראַכט פֿון די ענדערונגען. שיקט אײַערע קאָמענטאַרן צו schaechter@forward.com.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO