ווידעאָ: לכּבֿוד באָב דילאַנס געבוירן־טאָג — זײַן ליד „איך וועל זײַן באַפֿרײַט‟VIDEO: On Bob Dylan’s birthday – “I Shall Be Released” in Yiddish
הערט דניאל קאַהנס נוסח און לייענט אַ שיינעם אַנעקדאָט וועגן דילאַנען אין אַ שיל בעת נעילה.
לכּבֿוד דעם 81סטן געבוירן־טאָג פֿונעם אַמעריקאַנער טרובאַדאָר באָב דילאַן (געבוירן ראָבערט זימערמאַן), שטעלן מיר הײַנט אַרויף דעם פֿאָרווערטס־ווידעאָ אין וועלכן אונדזער אייגענער טרובאַדאָר — דער קלעזמער־שטערן דניאל קאַהן — זינגט זײַן ייִדישע איבערזעצונג פֿון דילאַנס באַקאַנט ליד, I Shall Be Released.
הגם ס׳איז דאָ אַ סך צו דערציילן וועגן דילאַנען האָבן מיר אויסגעקליבן אַ טשיקאַווען אַנעקדאָט אָנגעשריבן פֿון דער אַמאָליקער Forward־רעפּאָרטערין, מאַשע לעאָן ז״ל:
באָב דילאַן האָט איין מאָל באַקומען אַ פֿאַרבעטונג פֿונעם איידעם פֿון אַ געוויסן בעל־תּשובֿה, דעם מוזיקער פּיטער הימלמאַן, צו קומען יום־כּיפּור אין זײַן חב״ד־שיל אין קאַליפֿאָרניע אויף נעילה. ווי ס׳איז געווען דילאַנס שטייגער, איז ער געקומען אַ ביסל פֿאַרשטעלט: מיט אַן אויפֿגעשטעלטן קאָלנער, טראָגנדיק אַ הוט פֿאַרקערט מיט צודעקלעך איבער די אויערן.
הערנדיק אַז דער חשובֿער גאַסט זיצט צווישן די מתפּללים האָט דער רבֿ אים געפֿרעגט צי ער איז גרייט צו טאָן פּתיחה — עפֿענען דעם אָרון־קודש.
ווי נאָר דילאַן איז צוגעקומען צו דער בימה האָבן די פֿרויען אויפֿן באַלקאָן, דערקענענדיק די באַרימטע פּערזענלעכקייט, גענומען זיך שושקען צווישן זיך. אַ פּנים האָבן די מאַנסבילן אונטן נישט פֿאַרשטאַנען ווער דאָס איז, און דעם צווייטן טאָג האָט אַ פֿאַרמעגלעכער מיטגליד פֿון דער שיל געזאָגט דעם רבֿ אַזוי: „איך ווייס אַז חב״ד העלפֿט טאַקע אַ סך מענטשן אָבער צום ערשטע מאָל זע איך ווי מע גיט אַ היימלאָזן פּתיחה!‟
די ברייטהאַרציקייט פֿונעם רבֿ האָט דעם ייִד אַזוי גערירט אַז ער האָט לכּבֿוד דעם געגעבן דער שיל אַ שיינע מתּנה.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO