Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער ייִדישער פּליטים–קריזיס פֿונעם 17טן יאָרהונדערטThe Jewish refugee crisis in 17th-century Ukraine

נאָך די בלוטיקע קאָזאַקישע מלחמות האָבן די ייִדישע קהילות אין אײראָפּע און אַזיע זיי געהאָלפֿן אָנהייבן פֿון ס’נײַ.

זינט דעם אָנהײב פֿון רוסלאַנדס מלחמה קעגן אוקראַיִנע זײַנען מער װי צען מיליאָן אוקראַיִנער געװאָרן פּליטים, און די צאָל האַלט אין אײן װאַקסן מיט יעדן טאָג.

דערווײַל האָבן פֿינף מיליאָן פֿון זיי שוין פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד. די מלחמה איז הײַנט די גרעסטע הומאַניטאַרע קאַטאַסטראָפֿע אין אײראָפּע זינט דער צװײטער װעלט–מלחמה, און אירע ביטערע פּועל–יוצאס װעלן פֿאַרבלײַבן אױף צענדליקער יאָרן. די אײראָפּעיִשע לענדער, בפֿרט פּױלן און דײַטשלאַנד, האָבן ברײטהאַרציק געעפֿנט זײערע טירן פֿאַר די אוקראַיִנער פּליטים און געגעבן זײ אַ מקום–מקלט. די אוקראַיִנער רבנים, ר׳ יעקבֿ בלײַך פֿון קיִעװ און ר׳ מאיר סטאַמבלער פֿון דניפּראָ (אַמאָליקער דניפּראָפּעטריװסק אָדער קאַטערינאָסלאַװ), לױבן די אײראָפּעיִשע לענדער פֿאַר זײער הילף, אָבער זײַנען אַנטױשט אין דער פּאָזיציע פֿון ישׂראל. זינט דעם אױסבראָך פֿון דער מלחמה האָט ישׂראל אױפֿגעהערט אַרײַנצולאָזן ניט־ייִדישע אוקראַיִנער אָן װיזעס, בעת רוסישע בירגער קענען באַזוכן ישׂראל פֿרײַ מיט זײערע פּאַספּאָרטן. בלױז די ייִדישע עולים פֿון אוקראַיִנע מעגן פֿרײַ אַרײַנפֿאָרן אין דער ייִדישער מדינה.

אַ פּאַסיקע לעקטור פֿאַרן הײַנטיקן קריטישן מאָמענט איז דאָס בוך פֿון פּראָפֿעסאָר אָדם טעלער, „ראַטעװען די לעבן–געבליבענע נפֿשות: דער גרױסער ייִדישער פּליטים–קריזיס פֿונעם זיבעצנטן יאָרהונדערט‟, װאָס דערצײלט װעגן דעם מצבֿ פֿון ייִדישע פּליטים נאָך די גזירות תּ״ח-ותּ״ט — דעם קאָזאַקישן אױפֿשטאַנד אין 1648 — 1649 וואָס האָט גורם געווען שוידערלעכע פּאָגראָמען אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון באָגדאַן כמעלניצקי. דאָס איז געװען די ערשטע בלוטיקע שחיטה פֿון ייִדן אױף די שטחים פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע, װאָס זײַנען דעמאָלט געװען טײל פֿון דער פּױליש–ליטװישער מלוכה. דער אױפֿשטאַנד גופֿא, זײַנע סיבות און פּועל–יוצאס זײַנען שױן גאַנץ גוט באַקאַנט, אָבער דער גורל פֿון די פּליטים איז עד–היום פֿאַרבליבן ניט געפֿאָרשט.

טעלער האָט געזאַמלט און פּרטימדיק אַנאַליזירט הונדערטער מקורים אױף צװעלף שפּראַכן פֿון אַרכיװן אין פֿאַרשײדענע לענדער. עס האָט זיך באַקומען אַ פֿילזײַטיקע און לעבעדיקע געשיכטע, װאָס איז כּולל סײַ אַ ברײטן איבערזיכט, סײַ דראַמאַטישע פּערזענלעכע געשיכטעס פֿון ייִדישע מענער און פֿרױען, װאָס האָבן זיך געראַטעװעט פֿון די מלחמות און זיך געלאָזט אין װעג אַרײַן זוכן אַ נײַע הײם. אַזױ װי הײַנט, האָבן אײניקע פּליטים באַשלאָסן זיך אומצוקערן אין די אַלטע מקומות, בעת אַנדערע האָבן געזוכט גליקן אין פֿרעמדע קאַנטן.

חוץ די דאָזיקע צװײ גרופּעס פּליטים זײַנען נאָך געװען ייִדישע געפֿאַנגענע, װאָס די קאָזאַקן און טאָטערן האָבן זײ פֿאַרקױפֿט פֿאַר שקלאַפֿן. די קאָזאַקן, דערקלערט טעלער, האָבן ניט געהאַט קײן חשק צו הרגענען ייִדן, בפֿרט יונגע לײַט, װײַל מען האָט געקענט זײ פֿאַרקױפֿן ווי שקלאַפֿן אין טערקײַ. האָט מען זײ געטריבן אין קײטן קײן קרים און װײַטער קײן סטאַמבול. דאָ האָט די אָרטיקע ייִדישע קהילה געקענט די געפֿאַנגענע ייִדן אָפּקויפֿן, אָבער אױף דעם האָבן זײ געדאַרפֿט האָבן אַ סך געלט. דאָס געלט האָט מען געזאַמלט איבער דער גאַנצער װעלט, כּדי מקײם זײַן די מיצװה פֿון פּדיון–שבֿויים. דאָס איז אַ בײַשפּיל פֿון דעם אַל–ייִדישן אַחדות, װאָס טעלער האַלט פֿאַר אַ װיכטיקן סימן–מובֿהק פֿונעם קאָלעקטיװן ייִדישן אָפּרוף אױפֿן קריזיס. די שטיצע, װאָס די קהילות פֿון אַמסטערדאַם ביז סטאַמבול האָבן געגעבן די ייִדישע פּליטים פֿון אוקראַיִנע, האָט דערמעגלעכט אױפֿצובױען די חרובֿ–געמאַכטע קהילות פֿון אוקראַיִנע אין אַ פּאָר צענדליק יאָר. טעלער האַלט, אַז דאָס דערקלערט דעם היפּשן צוּװוּקס פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין פּױלן אינעם סוף–17טן און 18טן יאָרהונדערט.

ביז גאָר אינטערעסאַנט זײַנען די פּריװאַטע דאָקומענטן, װאָס גיבן איבער די דראַמאַטישע גבֿיות–עדותן פֿון יחידים. טײלװײַז האָבן זײ זיך אָפּגעהיט, צומאָל אױף ייִדיש, אין די פֿילצאָליקע זאַמלונגען פֿון שאלות–ותּשובֿות פֿון יענער תּקופֿה. די דאָזיקע מקורים אַנטפּלעקן די געפֿילן און איבערלעבונגען פֿון אַמאָליקע ייִדן, װאָס האָבן זיך געראַנגלט מיט דער טראַװמאַטישער דערפֿאַרונג פֿונעם חורבן. אײנער אַ ייִד וואָס האָט געהייסן יעקבֿ קאָפּל מרגליות האָט געהאַט אַ גוטן מזל: אין סטאַמבול האָט די אָרטיקע קהילה אים אָפּגעקױפֿט פֿון שקלאַפֿערײַ. אָבער זײַן זון און טאָכטער זײַנען פֿאַרבליבן שקלאַפֿן אין טערקײַ, און ער האָט אַרומגעװאַנדערט פֿון אײן קהילה צו דער צװײטער, כּדי צו זאַמלען געלט. װעגן דעם שרײַבט מרגליות אין דער הקדמה צו זײַן ספֿר „קול יעקבֿ‟, װאָס ער האָט געקענט דרוקן מיט דער הילף פֿון אַ שטיצער אין װענעציע. דורך פֿאַרקױפֿן זײַן ספֿר האָט ער געהאָפֿט צו שאַפֿן געלט פֿאַרן פּדיון.

צום סוף פֿאַרסך–הכּלט טעלער: „בעת דאָס רובֿ ייִדן האָבן איבערגעלעבט די טראַװמעס פֿון די מלחמה–יאָרן װי יחידים, משפּחות אָדער קלײנע חבֿרות, איז דאָס װידער אױפֿבױען דאָס ייִדישע לעבן נאָך דער מלחמה געװען די פּעולה פֿון די קהילות. דער עיקר איז דערבײַ געװען די שטאַרקײט פֿון די קהלישע סטרוקטורן און דאָס געפֿיל פֿון קעגנזײַטיקן אַחריות.‟
דער דאָזיקער אױספֿיר קלינגט אַקטועל פֿאַר הײַנטיקע צײַטן, װען אַ נײַע מלחמה אין אוקראַיִנע טרײַבט אַרױס מיליאָנען מענטשן. די ייִדישע געשיכטע פֿונעם זיבעצנטן יאָרהונדערט ליפֿערט אַ גוטן מוסטער פֿאַר באַהאַנדלען אַזאַ מין קריזיס דורכן קאָלעקטיװן מי. אין אײראָפּע האָבן זיך די רעגירונגען און די באַפֿעלקערונג, די ייִדישע קהילות בתוכם, פֿאַראײניקט אין זײער שטיצע פֿון די אוקראַיִנער פּליטים. ישׂראל האַלט זיך אַ ביסל בײַ דער זײַט צוליב פּאָליטישע סיבות, כּדי ניט צו שטערן אירע גוטע באַציִונגען מיט רוסלאַנד.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version