Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די לעצטע נײַעס פֿון דער מלחמה אין אוקראַיִנע — דעם 2טן מײַ 2022The latest news from the war in Ukraine

דורכן סוף־וואָך האָט זיך אײַנגעשטעלט דער ערשטער אָפֿיציעלער עוואַקויִר־קאָרידאָר פֿון אַזאָווסטאַל.

דער באַריכט איז איבערגעזעצט געוואָרן פֿונעם טעקסט בײַ דער וועבזײַט, https://sharethetruths.org

אַזאָווסטאַל. דורכן סוף־וואָך, אַז דער פֿײַער־אָפּשטעל האָט אָנגעהאַלטן קנאַפּע צוויי מעת־לעת, האָט זיך אײַנגעשטעלט דער ערשטער אָפֿיציעלער עוואַקויִר־קאָרידאָר פֿון אַזאָווסטאַל. שבת זענען אַרום 20 ציוויליסטן אַרויסגעפֿירט געוואָרן פֿון צווישן די חורבֿות פֿון דער אַזאָווסטאַל־פֿאַבריק. זונטיק האָט פּרעזידענט זעלענסקי באַשטעטיקט די עוואַקויִרונג פֿון 100 ציוויליסטן, דער עיקר פֿרויען און קינדער, וואָס זענען אַריבערגעפֿירט געוואָרן פֿונעם באַלאַגערטן מאַריופּאָל אין טעריטאָריעס אונטער אוקראַיִנישן קאָנטראָל. אַ 20 קינדער געפֿינען זיך נאָך אין אַזאָווסטאַל. די פֿאַראייניקטע פֿעלקער און דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָמיטעט פֿון רויטן קרייץ האָבן צוגעהאָלפֿן אין דער עוואַקואַציע און די ציוויליסטן זענען ווײַטער אָפּגעפֿירט געוואָרן קיין זאַפּאָראָזשע. קיין פֿאַרוווּנדיקטע זעלנער זענען נישט צוגעלאָזט געוואָרן. נאָך אָט דער טיילווײַזער עוואַקויִרונג, האָט זיך דאָס שיסן באַלד ווידער אָנגעהויבן. מע רעכנט אַז מאָנטיק וועלן קענען עוואַקויִרט ווערן נאָך ציוויליסטן.

אַטאַקירטע שטעט. די באַשיסונג מיט ראַקעטן האָט גורם געווען שאָדנס אויפֿן אָפּפֿלי־שאָסיי פֿון אָדעסער פֿליפֿעלד. במשך דעם גאַנצן סוף־וואָך איז כאַרקעוו ווײַטער באַשאָסן געוואָרן פֿון אַרטילעריע און פֿון פֿיל־ראַקעטיקע שיס־סיסטעמען. לכל־הפּחות דרײַ תּושבֿים פֿון כאַרקעווער ראַיאָן זענען אומגעקומען בשעת די אויפֿרײַסן, נאָך אַכט זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן. דעם 2טן מײַ האָט אַ רוסישער ראַקעט געטראָפֿן אַ תּבֿואה־עלעוואַטאָר אינעם סינעלניקאָווער ראַיאָן, דניפּראָפּעטראָווסקער אָבלאַסט, און צעשטערט אַ תּבֿואה־מאַגאַזין. אין זאַפּאָראָזשער אָבלאַסט האָבן רוסישע כּוחות געשאָסן אויף פֿיל־גאָרנדיקע בנינים און דערבײַ דערהרגעט צוויי מענטשן און פֿאַרוווּנדיקט פֿיר.

דעם 1טן מײַ זענען פֿיר ציוויליסטן אומגעקומען ווען די רוסן האָבן באָמבאַרדירט לימאַן, דאָנעצקער אָבלאַסט. נאָך עלף זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן: זיבן אין לימאַן, דרײַ אין וואָלאָדימירקע און איינער אין יאַראָווע. עס איז דערווײַל נישט מעגלעך פֿעסטצושטעלן די אַקוראַטע צאָל קרבנות אין מאַריופּאָל און אין וואָלנאָוואַכע. זינט דעם 24סטן פֿעברואַר 2022 זענען אין די געביטן פֿון דאָנעצקער אָבלאַסט אונטער אוקראַיִנישן קאָנטראָל, אַחוץ וואָלנאָוואַכע און מאַריופּאָל, אומגעקומען 290 ציוויליסטן און 903 זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן.

דעם 1טן מײַ האָבן רוסישע ראַקעטן אין מיקעלײַעווער אָבלאַסט גורם געווען אַן אויפֿרײַס און אַ שׂרפֿה אין אַ מאַגאַזין מיט 600 קג קינסטלעכן פֿערטיליזאַטאָר. עס זענען באַניצט געוואָרן קנוילבאָמבעס הינטער מיקעלײַעוו. רוסישע איינסן אַטאַקירן ווײַטער די אוקראַיִנישע גרענעץ אין טשערניִעווער אָבלאַסט. דעם 30סטן אַפּריל אין אָוונט האָבן רוסישע כּוחות באַשאָסן מיט מינען־וואַרפֿערס דעם אוקראַיִנישן קאָנטראָליר־פּונקט אין סענקיווקע.

אָקופּירטע שטעט. אין כערסאָנער אָבלאַסט זענען די אינטערנעץ און די מאָביל־פֿאַרבינדונג פֿון אַלע אָפּעראַטאָרן פֿאַרשוווּנדן. כערסאָן, דער קאַכאָווקער ראַיאָן, די ייִשובֿים נאָוואָטראָיִצקע און טשאַפּלינקע, ווי אויך אַ טייל פֿון זאַפּאָראָזשער אָבלאַסט זענען געבליבן אָן פֿאַרבינדונג. די מאָביל־פֿירמעס דערקלערן אַז דאָס האָט נישט צו טאָן מיט קיין טעכנישע פּראָבלעמען פֿון זייער זײַט, מוז מען אָננעמען אַז דאָס האָט מען בכּיוון אָפּגעהאַקט די קאָמוניקאַציע־קאַנאַלן דורך אוקראַיִנישע מאָביל־פֿירמעס.

דער אוקראַיִנישער אינפֿראַסטרוקטורן־מיניסטעריום האָט דערקלערט אַז איבער דער איצטיקער אָקופּאַציע מוזן צײַטווײַליק געשלאָסן ווערן די ים־פּאָרטן אין בערדיאַנקס, מאַריופּאָל, סקאַדאָווסק און כערסאָן, ביז די שייכדיקע טעריטאָריעס וועלן באַפֿרײַט ווערן פֿונעם רוסישן אָקופּאַנט.

אין די אָקופּירטע טיילן פֿון מאַריופּאָל און פֿון דער אַרומיקער געגנט האָבן זיך באַזעצט אומבאַקאַנטע מענטשן. די מאַריופּאָלער אַדמיניסטראַציע, ווי אויך גלאַט בירגער, גיבן איבער אַז די רוסישע מאַכט האָט עקספּראָפּריִיִרט די הײַזער און דירות פֿון מאַריופּאָלער תּושבֿים. אַן אײַנוווינערין פֿונעם שטעטל סטאַרי־קרים בײַ מאַריופּאָל דערציילט אַז עס וווינען איצטער פֿרעמדע אין איר שטוב. זיי זאָלן נאָך האָבן געקראָגן דערלויבעניש דערויף פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם שטאָטראָט, וואָס שטייט אונטער דער פֿאָן פֿון דער „דאָנעצקער פֿאָלקס־רעפּובליק“.

דאָס אוקראַיִנישע מיליטער טענהט אַז עס האָט צוריק אײַנגענומען פֿיר שטעטלעך אין כאַרקעווער אָבלאַסט – אַ סימן אַז דעם רוסישן חייל גיבן זיך נישט אײַן די פּלענער גיך איבערצונעמען ברייטע שטחים אין מיזרח.

אויסערן־פּאָליטיק. נענסי פּעלאָסי, די פֿאָרזיצערין פֿונעם רעפּרעזענטאַנטן־הויז פֿון די פֿ”ש, איז אומגעריכט געקומען צו פֿאָרן קיין קיִעוו אויף אַ וויזיט, צוזאַמען מיט נאָך דעמאָקראַטישע דעפּוטאַטן, און זיך געטראָפֿן מיט פּרעזידענט וואָלאָדימיר זעלענסקי. דאָס איז געווען די ערשטע אָפֿיציעלע דעלעגאַציע פֿון אַמעריקאַנער קאָנגרעס אין אוקראַיִנע זינט דער רוסישער אינוואַזיע. אין איר דעקלאַראַציע האָט פֿרוי פּעלאָסי אָנגעזאָגט די ווײַטערדיקע אומגעהערטע „הילף פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין די תּחומען פֿון זיכערקייט, עקאָנאָמיע און הומאַניטאַרע באַדערפֿענישן, כּדי צו לינדערן דעם שרעקלעכן מענטשלעכן פּרײַז וואָס פּוטינס טײַוולאָנישע אינוואַזיע האָט אַרויפֿגעצוווּנגען אויפֿן אוקראַיִנישן פֿאָלק“.

יאַקוב קומאָך, דער הויפּט פֿון ביוראָ פֿאַר אויסלאַנד־פּאָליטיק בײַ דער קאַנצעלאַריע פֿון פּוילישן פּרעזידענט, האָט, דער ערשטער צווישן די פֿאָרשטייער פֿון אַלע פּאָטענציעלע גאַראַנט־מלוכות, עפֿנטלעך דערקלערט אַז פּוילן וואָלט זיך נישט אונטערגעשריבן אונטער אַ שלום־אָפּמאַך וואָס זאָל פֿאָדערן פֿון אוקראַיִנע מוותּר צו זײַן אויף אַ טייל פֿון איר טעריטאָריע.

פֿרידריך מערץ, דער אָנפֿירער פֿון דער גרעסטער אָפּאָזיציע־פּאַרטיי אין דײַטשלאַנד (CDU), וועט באַזוכן קיִעוו מאָנטיק.

דער דרום־קאָרעער אַמבאַסאַדאָר קים־היון־טע איז איצט צוריק אין קיִעוו מיט אַ טייל פֿון זײַן מיטאַרבעטערשאַפֿט. ער נעמט זיך שוין הײַנט צו דער אַרבעט און באַטראַכט די מעגלעכקייט צוריק אָנצושטעלן ביסלעכווײַז דעם פּערסאָנאַל פֿון דער אַמבאַסאַדע. פֿריִער נאָך איז שוין דער עסטרײַכישער אַמבאַסאַדאָר, צוזאַמען מיט טייל מיטאַרבעטער, געהאַט צוריקגעקומען קיין קיִעוו.

די וויצע־פּרעמיערשע אָלגאַ סטעפֿאַנישינאַ זאָגט אַז אוקראַיִנע רעכנט אַרויסצוענדיקן ביז סוף קומעדיקער וואָך דעם צווייטן טייל פֿון דער אַנקעטע אָפּצושאַצן אויף וויפֿל די אוקראַיִנישע געזעצן שטימען מיטן יורידישן קאָרפּוס פֿון אייראָפּעיִשן פֿאַראיין, כּדי צו קענען באַקומען אין זומער דעם סטאַטוס פֿון קאַנדידאַט אויף מיטגלידערשאַפֿט. די אַנקעטע וועט דעמאָלט איבערגעגעבן ווערן אויף ווײַטערדיקער באַטראַכטונג.

מענטשנרעכט. דורכן סוף־וואָך האָבן אוקראַיִנע און רוסלאַנד דורכגעפֿירט אַ פֿרישע רונדע אויסבײַטן פֿון מלחמה־געפֿאַנגענע. 14 אוקראַיִנער – 7 מיליטער־לײַט און 7 ציווילע – זענען אומגעקערט געוואָרן. צווישן זיי איז געווען אַ טראָגעדיקע מיליטער־פֿרוי אין פֿינפֿטן חודש.

 

אוקראַיִנישע בירגער נאָכן צוריקקומען קיין אוקראַיִנע דערציילן וועגן די באַדינגונגען פֿון זייער געפֿאַנגענשאַפֿט בײַם רוסישן מיליטער. זיי רעדן וועגן דערנידעריקונגען און וועגן אוממענטשלעכע באַדינגונגען. צווישן זיי זענען געווען שווער פֿאַרוווּנדיקטע, מיט סעפּסיס, מיט אַמפּוטירטע אבֿרים. בעת זייער געפֿאַנגענשאַפֿט האָבן אוקראַיִנישע מענער דורכגעמאַכט פּײַניקונגען, פֿאַרשלעפּט געוואָרן אין רוסישע לאַגערן און ווײַטער אין אַרעסט־לאַגערן, וווּ מע האָט זיי געהאַלטן אָן מעדיצינישער באַהאַנדלונג, מיט פֿאַרבונדענע אויגן און פֿראָסטבײַלן אויף די גלידער. מע האָט זיי איבערגעטאָן אין אַרעסטאַנטן־מונדירן און אָפּגעגאָלט די קעפּ. זיי דערציילן וועגן אויספֿרעג־פֿאַרהערן דרײַ מאָל אַ טאָג.

 

געזונט־זיכערקייט אונטער אַטאַק. די רוסישע חיילות צעשטערן ווײַטער די מעדיצינישע אינפֿראַסטרוקטורן אין די פֿאַרנומענע טעריטאָריעס. אין סטאַראָבילסק, לוגאַנסקער אָבלאַסט, און אין מאַריופּאָל, דאָנעצקער אָבלאַסט, האָבן די אָקופּאַציע־כּוחות צוגענומען די איבערגעבליבענע ווענטילאַטאָרן. אין די מאַריופּאָלער שפּיטעלער האָבן זיך געפֿונען קנאַפּע 60 ווענטילאַטאָרן.

 

דער מעדיצינישער פּערסאָנאַל אין די אָקופּירטע שטחים ווערט געצוווּנגען צו אַרבעטן פֿאַרן אָקופּאַנט. די שפּיטעלער זענען פֿול מיט פֿאַרוווּנדיקטע סאָלדאַטן. די דאָקטוירים מוזן דורכמאַכן אַ פּאָליגראַף־אונטערזוכונג. די וואָס גייען נישט אַדורך ווערן אויף ס’כּוח אַרויסגעשיקט אויפֿן פֿראָנט. לויט אוקראַיִנישע אינפֿאָרמאַציע־קוואַלן זענען פֿונעם רעגיאָנאַלן טובערקולאָז־שפּיטאָל אין וואָווטשאַנסק, כאַרקעווער אָבלאַסט, פּשוט אַרויסגעטריבן געוואָרן אויף דער גאַס פּאַציענטן מיט אָפֿענעם טובערקולאָז (טשעכאָטקע, שװינדזוכט). אין די שפּיטעלער פֿון אָלעשקי און גאָלאַ־פּריסטאַן, כערסאָנער אָבלאַסט, ווערט דער מעדיצינישער פּערסאָנאַל גענייט זיך אָפּצוגעבן מיט די רוסישע זעלנער וואָס מע ברענגט אַהין אַרײַן.

 

סאַנקציעס. דער אייראָפּעיִשער פֿאַראיין גרייט איצט אַ זעקסטע פּאָרציע סאַנקציעס קעגן רוסלאַנד. אָט דאָס פּעקל סאַנקציעס וואָלט געדאַרפֿט זײַן געצילט אויף רוסישן נאַפֿט, רוסישע און בעלאַרוסישע בענק, ווי אויך אויף נאָך אַ ריי יחידים און פֿירמעס. סבערבאַנק, די גרעסטע באַנק אין רוסלאַנד, וועט מסתּמא שטיין אויף דער רשימה, וואָס דאָס באַטײַט איר אויסשליסונג פֿון דער SWIFT־סיסטעם. די אייראָפּעיִשע קאָמיסיע באַטראַכט אַ סטראַטעגיע פֿון בהדרגהדיקער אַנטוויינונג כּדי אָפּצושטעלן דעם אימפּאָרט פֿון רוסישן נאַפֿט ביז סוף יאָר. עס וועט נייטיק זײַן אַ באַזונדערע סטראַטעגיע פֿאַר אונגערן און סלאָוואַקײַ, וואָס זענען גאָר ערנסט אָפּהענגיק פֿונעם רוסישן נאַפֿט. דער אוקראַיִנישער אויסערן־מיניסטער דמיטראָ קולעבאַ, בעת זײַן געשפּרעך מיט זשאָזעפּ באָרעל, דעם וויצע־פֿאָרזיצער פֿון דער אייראָפּעיִשער קאָמיסיע, איז צוגעשטאַנען אַז די קומעדיקע ליסטע סאַנקציעס זאָל אַרײַננעמען אַ פֿאַרבאָט קעגן רוסישן נאַפֿט. דערווײַל האָט אונגערן געסטראַשעט צו שטעלן אַ וועטאָ קעגן יעדן פֿאָרלייג צו באַגרענעצן ענערגיע־אימפּאָרטן פֿון רוסלאַנד.

 

די דײַטשישע אויסערן־מיניסטאָרשע אַנאַלענאַ בערבאָק דערקלערט אַז עס וועט נישט זײַן קיין שום פֿאַרלײַכטערונג פֿון די סאַנקציעס קעגן רוסלאַנד איידער דאָס רוסישע מיליטער וועט זיך נישט אין גאַנצן צוריקציִען פֿון דער אוקראַיִנישער טעריטאָריע, אַרײַנגערעכנט דעם דאָנעצער באַסיין (דאָנבאַס) און קרים. די סאַנקציעס, זאָגט זי, „העלפֿן זיך פֿאַרזיכערן קעגן דער מעגלעכקייט פֿון ווײַטערדיקע מיליטערישע אָפּעראַציעס מצד דער רוסישער אַרמיי אין די קומעדיקע פּאָר יאָר“.

 

דער הויפּט פֿון דער רוסישער קאָסמאָס־פּראָגראַם, דמיטרי ראָגאָזין, האָט אָנגעזאָגט אַז מאָסקווע וועט זיך צוריקציִען פֿון דער צוזאַמענאַרבעט בײַ דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָסמאָס־סטאַנציע, לויט מלוכישע קאָמוניקאַטן. די אָנגעגעבענע סיבה דערויף, לויט בלומבערג, איז די סאַנקציעס־פּאָליטיק קעגן רוסלאַנד איבער דער אינוואַזיע אין אוקראַיִנע.

 

דעקאָלאָניזאַציע. קונסט־אויסשטעלונגען זענען דאָס אָרט נישט נאָר פֿאָרצושטעלן, נאָר אויך איבערצוקלערן פֿאַרגאַנגענע און איצטיקע היסטאָרישע נאַראַטיוון. פֿונדעסטוועגן לאָזן זיך אַלץ דערקענען רוסישע שפּורן אין מוזייען און גאַלעריעס איבער דער וועלט. די פֿילאָסאָפֿין און קונסט־קריטיקערין מאַריאַ נאַזאַרענקאָ פֿאַרטראַכט זיך איבער די אויסשטעלונגען Rouge אין פּאַריזער גראַן־פּאַלע, „רוסישער דאַדאַיִזם“ אין מוזיי א”נ מלכּה סאָפֿיאַ אין מאַדריד, און פֿון די לעצטע חדשים אין פּאַריז – „די מאָראָזאָוו־זאַמלונג“ בײַ דער פֿונדאַציע לויִ וווּיטאָן און „איליאַ רעפּין“ אין פּעטי־פּאַלע. לייענט ווײַטער וועגן רוסישן קאָלאָניאַליזם אינעם תּחום פֿון קונסט, אין איר אַרטיקל: „עטישע פּאַראַדאָקסן פֿון רוסישער אוטאָפּיע אין אייראָפּעיִשע מוזייען“.

 

לייען־ווינקל.

 

צאָלן.

  • פּײַניקונג, פֿאַרגוואַלדיקונג און רויבערײַ: איבער 9.000 אָנקלאָגן איבער מלחמה־פֿאַרברעכנס זענען שוין אַרײַנגעטראָגן געוואָרן אין געריכט.
  • זינט דעם 24סטן פֿעברואַר 2022 זענען אומגעקומען 290 ציוויליסטן און 903 זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אין די געביטן פֿון דאָנעצקער אָבלאַסט אונטער אוקראַיִנישן קאָנטראָל, אַחוץ וואָלנאָוואַכע און מאַריופּאָל.
  • איבער אַ מיליאָן אוקראַיִנער זענען צוריק אַרײַן אין אוקראַיִנע דורך דער פּוילישער גרענעץ זינט דעם אָנהייב פֿון דער מלחמה. לויט דער פּוילישער גרענעץ־פֿאַרוואַלטונג זענען שבת אַריבער 23.500 מענטשן קיין פּוילן, בשעת 26.800 זענען אַרײַן צוריק אין אוקראַיִנע.
  • דער גענעראַל־שטאַב פֿון די אוקראַיִנישע באַװאָפֿנטע כּוחות האָט אָנגעגעבן די בערכדיקע פֿאַרלוסטן פֿון דער רוסישער אַרמײ ביזן 2טן מײַ 10 אַ זייגער אין דער פֿרי: זעלנערס – אַרום 23.800, טאַנקען – 1048, געפּאַנצערטע קאַמפֿװאָגנס (בראָנעװיקעס) – 2519, אַרטילעריע־סיסטעמען – 459, זעניט־ אָדער אַנטילופֿט־האַרמאַטן – 80, פֿיל־ראַקעטיקע שיס־סיסטעמען – 152, עראָפּלאַנען – 194, העליקאָפּטערס – 155, נישט־געפּאַנצערטע פֿאָרמיטלען און ברענשטאָף־ציסטערנעס – 1824, שיפֿן און גיכע שיפֿלעך – 8, אַלײן־פֿליִענדיקע עראָפּלאַנען – 271, ספּעציעלע אויסשטאַטונג – 38, ראַקעטן – 84.
    גיט אויך אַ קוק אויפֿן אינטעראַקטיוון ציילער פֿון רוסישע פֿאַרלוסטן.

 

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.