Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די אַלמנה בת-ציון אַלייןThe widow, the daughter of Zion herself (a Tel Aviv story)

קיינער האָט נישט געוווּסט אַז די שיינע אַלטע פֿרוי אין פּאַרק איז די פּאָעטעסע ברכה קאָפּשטיין

דער אַרטיקל איז טייל פֿון אַ ריי מאַטעריאַלן וואָס מיר דרוקן אָפּ די וואָך לכּבֿוד יום־העצמאות

_________

 

די נײַנציקער יאָרן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט זײַנען מיר ווי אײַנגעהילט אין אַ נעפּל, כאָטש די יאָרן זײַנען נישט אַזוי ווײַט פֿון אונדז און הגם איך בין דעמאָלט נישט געווען קיין צוציק.

אדרבה: סוף יאָר 1993 בין איך אַרויס פֿון צה”ל, פֿרײַ סײַ פֿון דער אַרמיי און סײַ פֿון די רעליגיעזע קייטן. אָבער ווי נאָכן חטא אין גן-עדן, זײַנען צוזאַמען מיט דער פֿרײַהייט געקומען די ווייטיקן און די מרה-שחורה. טאָג אײַן טאָג אויס האָב איך געלעבט מיט דעפּרעסיע, און געוווינט דערווײַל בײַ די עלטערן אין בני-ברק. גאָט צו דאַנקען, געפֿינט זיך בני-ברק נישט ווײַט פֿון תּל-אָבֿיבֿ, בין איך כּמעט יעדן טאָג אַרויס פֿון דער היים, אַראָפּ אויף מײַן ראָווער, און געפֿאָרן אַהין.

ווײַל איך האָב מורא געהאַט פֿאַר מענטשן – פֿון מײַנע שכנים אין בני-ברק, און אַפֿילו פֿון די תּל-אָבֿיבֿער לײַט – האָב איך זיך דערווײַטערט פֿון די קאַפֿעען און ליבערשט געזעסן אין פֿאַרשיידענע פּאַרקן פֿון שטאָט. ווען עס איז נישט געווען צו קאַלט אָדער צו הייס איז מיר מחיה געווען אויף דער פֿרײַער לופֿט; איך האָב דאָרטן געשלונגען ביכער און אײַנגעזאַפּט די  וועלט — און די העברעיִשע ליטעראַטור, וואָס איז מיר נאָך פֿרעמד געווען. קיין גרויסע הוצאות האָב איך דעמאָלט נישט געהאַט; פֿון מײַנע צײַטווייליקע שטעלעס האָב איך פֿאַרדינט אַ ביסל, אָבער צײַט האָב איך געקראָגן גאָר אַ סך.

“גן דובנוב“ (א”נ פֿון דער באַרימטער היסטאָריקער שמעון דובנאָוו) איז געווען פֿון מײַנע סאַמע באַליבטסטע פּאַרקן אין תּל-אָבֿיבֿ אויך דערפֿאַר וואָס עס ליגט פּונקט הינטער „בית אריאלה”, דער שטאָטישער ביבליאָטעק. יעדע באַנק איז מיר געווען באַקאַנט ווי אַ זון-זייגער: איך האָב געקענט די גענויע שעהען פֿון זון און שאָטן. דעמאָלט איז דער פּאַרק געווען אַ ביסל אַ פֿאַרנאַכלעסיקטער, אָבער דאָס איז מיר נאָך מער געפֿעלן, ווײַל אַזוי אַרום איז ער געבליבן שטילער און רויִקער, אַחוץ די רוישן פֿון דער שכנדיקער מיטלשול און די פֿייגעלעך צוויטשערס.

צוזאַמען מיט מיר פֿלעגט זיצן אין גן דובנוב אַן אַלטע פֿרוי, תּמיד שיין אויסגעפּוצט, מיט שוואַרצע האָר און ברעמען אונטער אירע קאָלירפֿולע קאָפּקעס. זי האָט דווקא יאָ געזוכט די זון, און הנאה געהאַט סײַ פֿון דער חמימה און סײַ פֿונעם יונגן גערודער, די שילערס פֿון מיטלשול אָדער די קינדערלעך וואָס פֿלעגן זיך שפּילן אין גאָרטן. פֿון צײַט צו צײַט האָב איך געהויבן די אויגן פֿון בוך און באַטראַכט די אַלטע פֿרוי, אָבער קיינמאָל נישט דערוועגט צו כאַפּן אַ שמועס מיט איר.

דעמאָלט האָב איך געמיינט, אז איך קען נישט קיין ייִדיש. אָבער ווי פֿראַנץ קאַפֿקאַ האָט געזאָגט זײַן פּובליקום אין פּראָג: „איר קענט ייִדיש אַ סך מער ווי איר מיינט“. פֿון תּמיד אָן האָב איך געהערט ייִדיש, דער עיקר פֿון באָבע-זיידע. אומוויסנדיק האָב איך אָנגעזאַפּט ייִדישע קלאַנגען, און זיי האָבן געדולדיק געוואַרט ביז איך האָב זיי מיט יאָרן שפּעטער דעשיפֿרירט. אָבער אַפֿילו פֿריִער, אין די גן דובנוב יאָרן, האָב איך געקענט עטלעכע ייִדישע לידער, ווי למשל „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען“. אַזוי, קוקנדיק אויף דער אַלטער פֿרוי, האָט זיך מיר געדאַכט אַז אַנטקעגן מיר „זיצט די אלמנה בת ציון אַליין“ — אַ זאַך וואָס האָט מיך שטאַרק גערירט.

אַ ביסל שפּעטער איז געקומען פֿון טשערנאָוויץ מײַן מאַמעס מומע, וואָס מיר האָבן געקענט ווי די „טאַנטע קלאַראַ“. זי איז געווען די שוועסטער פֿון מײַן זיידע בנימין, וואָס איז אומגעקומען אין אוישוויץ און מײַן מאַמע האָט אים קוים געקענט. זינט דער צווייטער וועלט־ מלחמה האָט די טאַנטע קלאַראַ געוווינט אין טשערנאָוויץ, ד”ה אין ראַטן-פֿאַרבאַנד,, און מײַן מאַמע און אירע שוועסטער האָבן זי קיינמאָל נישט געזען. זי איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1908, און ווען זי איז געקומען אין ישׂראל איז זי געווען שוין כּמעט נײַנציק יאָר אַלט. אָבער תּיכף האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז זי איז אַ לעבעדיקע און גוט-מוטיקע פֿרוי, און דערצו האָט זי גערעדט אַ רײַכן זאפֿטיקן ייִדיש. מען האָט איר תּיכּף היימיש גערופֿן „מומע [מימע] חייקע“, און איך האָב זיך אַזש פֿאַרליבט אין איר. כּדי צו קענען ריידן מיט מומע חייקע האָב איך אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש. איך האָב פּראָבירט לייענען שלום עליכמען, און נשתּומם געווען אַז איך פֿאַרשטיי דווקא אַ סך.

אַ ביסל פֿריִער, אין יאָר 1995, איז אַרויס אַ פֿילם „מוקדם מדי לשתוק, מאוחר מדי לשיר“ („צו פֿרי צו שווײַגן, צו שפּעט צו זינגען.“, וואָס חוה אַלבערשטיין האָט רעזשיסירט צוזאַמען מיט נדב לויתן. דער טיטל פֿון פֿילם איז אַ פּאַראַפֿראַזע פֿון צוויי שורות אין אַ ליד פֿון בינעם העלער: „צו פֿרי איז אפֿשר נאָך פֿאַר אונדז צו שװײַגן, / צו זינגען — איז שױן אפֿשר אױך צו שפּעט“. העלער אַליין האָט אַן אָנטייל גענומען אין פֿילם, צוזאַמען מיט „די לעצטע ייִדישע שרײַבערס און פּאָעטן“ וואָס האָבן געלעבט אין ישׂראל. כאָטש חוה אַלבערשטיין זינגט אין פֿילם עטלעכע באַקאַנטע ייִדישע לידער, דאַכט זיך מיר אַז דאָס איז געווען דער אָנהייב פֿון איר אינטערעס צו נײַע ייִדישע לידער – אַ וועג וואָס האָט זי געפֿירט צו די צוויי מוסטער-אַלבאָמען “די קרעניצע” (1998) און “לעמעלע” (2006). אין פֿילם קען מען למשל הערן הדסה קעסטין לייענען בינעם העלערס “מײַן שוועסטער חיה”, וואָס איז געוואָרן מיט די יאָרן איינע פֿון די אוצרות פֿון ייִדישן ליד.

ווען איך האָב געזען דעם פֿילם, אין די סוף נײַנציקער יאָרן, האָב איך מיט אַ מאָל דערקענט אַ באַקאַנט פּנים: די אַלטע פֿרוי פֿון גן דובנוב אין געווען נישט אַנדערש ווי די ייִדישע דיכטערין ברכה קאָפּשטיין, וואָס האָט אין פֿילם געלייענט אירע לידער. כאָטש איך בין געווען גאָר אַ גרינער אין ייִדישלאַנד, האָב איך שוין געקענט איר נאָמען אַ דאַנק „אונטער יאַנקעלעס וויגעלע“ – די פּרעכטיקע אַנטאָלאָגיע פֿון הונדערטער וויגלידער, וואס ברכה קאָפּשטיין און איר מאַן, בנימין כּץ, האָבן אויסגעקליבן. בכן, נישט סתּם איז מיר געקומען אין געדאַנק אָט די שורה פֿון גאָלדפֿאַדנס ליד „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען“, איינס פֿון די סאַמע באַרימטסטע וויגלידער אין ייִדיש! (אַגבֿ, קען מען „אונטער יאַנקעלעס וויגעלע“ אויך הערן אויף העברעיִש: קאָפּשטיין און כּץ האָבן געפֿונען אַ פֿעיִקן איבערזעצער פֿאַר די לידער – אוריאל אופק – און אַרויסגעגעבן דאָס בוך „שירי ערש ליענקל’ה“).

אין די ווײַטערדיקע יאָרן האָב איך זיך אַביסל אויסגעמענטשלט און געוואָרן מער פֿאַרנומען: געפֿונען אַ סטאַבילע אַרבעט און אָנגעהויבן איבערזעצן; ייִדיש האָט שוין פֿאַרנומען אַ וויכטיק אָרט אין מײַן לעבן, און איך בין מער נישט געווען קיין פֿרײַער פֿויגל. אָבער פֿון צײַט צו צײַט, ווען איך בין געפֿאָרן מיטן ראָווער דורך גן דובנוב, פֿלעג איך זען ברכה קאָפּשטיין זיצן אויף אַ באַנק. זי האָט זיך נאָך אַלץ שיין אויסגעקליידט, געהאַט די זעלבע שוואַרצע האָר און ברעמען, אָבער מען האָט באשײַמפּערלעך געקאָנט זען די עלטער. לעצטנס האָב איך זיך דערוווּסט אַז זי איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1909, ד”ה זי איז שוין דעמאָלט געווען גוט אין די נײַנציקער, און איין טאָג האָב איך באַמערקט אַז עס באַגלייט זי שוין אַ פֿרוי. איך בין פֿאַרבײַגעפֿאָרן און איר געוווּנשן שטילערהייט “אַ גוטן טאָג”; איך האָב נאָך אַלץ נישט געוווּסט ווי אַזוי מע רעדט מיט מענטשן, און נישט נאָר אויף ייִדיש. צוליב דעם פֿעלער האָב איך מסתּמא פֿאַרזאַמט באַגעגענישן מיט אַנדערע ייִדישע שרײַברעס און פּאָעטן וואָס האָבן נאָך געלעבט אין ישׂראל, אַ חוץ די וווּנדערלעכע רבֿקה באַסמאַן בן-חיים תּבדל”א, וואָס איך בין געווען אַ בעל-זוכה צו באַקענען.

ברכה קאָפּשטיין האָט מיך נישט געקענט, אָבער איין מאָל – דאָס איז געווען אין יאָר 2007, ווען איך האָב שוין געאַרבעט אין די ליטעראַרישע בלעטער פֿון “הארץ” און פּובליקירט עטלעכע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף עבֿרית – האָב איך באַקומען אין רעדאַקציע ברכה קאָפּשטיינס אַ בוך, „פֿון אַ גרויס גערעטעניש: לידער איבערגעזעצט פֿון עבֿרית אויף ייִדיש“ (תּל-אָבֿיבֿ, 1993). אינענווייניק האָב איך געפֿונען אַ דעדיקאַציע, געשריבן מיט אַ ציטערדיקער האַנט: „דעם שרײַבער און איבערזעצער בני מר – אַ מתּנה מיט אָנערקענונג און בעסטע וווּנטשן, ברכה קאָפּשטיין“, תּל-אָבֿיבֿ, אַפּריל 2007″.

מסתּמא האָט ברכה קאָפּשטיין געוואָלט איך זאָל שרײַבן עפּעס וועגן איר בוך – אַ רעצענזיע, אָדער אַפֿילו אַ דאַנקבריוו. קיין סך לייענערס פֿון אַ ייִדישן בוך זײַנען שוין דעמאָלט נישט געווען, און מסתּמא האָט זי זיך דערפֿרייט אַז אָט האָט זי געטראָפֿן אַ יונגן לייענער. אַפֿילו ווען זי איז שוין געווען כּמעט 100 יאָר אַלט האָט זי נאָך אַלץ געוווּסט וואָס טוט זיך אין דער ליטעראַרישער וועלט, וואָס איז געווען אַזוי וויכטיק פֿאַר איר. זי האָט דאָך ממש כּל-ימיה געשריבן לידער און זיי פּובליקירט, אָנהייבנדיק נאָך אין די „ליטעראַרישע בלעטער“ און אין קאַנאַדע, און זינט 1949 – אין ישׂראל. אַרום אַכט ביכער האָט זי אַרויסגעגעבן, און דער לעצטער איז געווען דאָס בוך וואָס איך האָב באַקומען. אַפֿילו זיצנדיק אין גן דובנוב האָט זי מן הסתּם אויסגעטראַכט שורות פֿון אַ ליד, געהאַט אין זינען נײַע אָדער אַלטע ליטעראַרישע פּראָיעקטן, אָדער געטראַכט וועגן קריטיקערס און איבערזעצערס.

מײַנע זינד מוז איך הײַנט דערמאָנען: איך האָב גאָרנישט געשריבן וועגן בוך, און אַפֿילו נישט באַדאַנקט די מחברטע, הגם איך האָב זי געזען נאָך עטלעכע מאל אין פּאַרק.

עס האָט נישט לאַנג געדויערט: אין יאָר 2012, פּונקט מיט צען יאָר צוריק, איז ברכה קאָפּשטיין ניפֿטר געוואָרן. איך האָב עס נישט תּיכּף געהערט, און ווען די בשׂורה איז דערגאַנגען צו מיר האָב איך טאַקע באַמערקט אַז שוין פֿון לאַנג האָב איך זי נישט געזען אין איר גרינער סבֿיבֿה.

דערפֿאַר בין איך געבליבן אַ בעל-חובֿ, און טייל מאָל דערמאָן איך זיך אין איר – די גבֿירהטע פֿון ייִדישן ליד – און אין מײַן קריוודע. במשך פֿון די יאָרן האָב איך געלייענט ברכה קאָפּשטיינס לידער, און געפֿונען נישט ווייניק וואָס זײַנען מלא-חן, ווי למשל „ליד“, וואָס צוויי סטראָפֿעס פֿון אים ציטיר איך דאָ:

“פֿון יענער זײַט פֿענצטער / ברענט די וועלט / און איך בין פֿון ווײַטן. / כ’האָב זיך פֿאַרבויט / אין אַ נײַעם געצעלט / אויף אייביקע צײַטן. / […] פֿון יענער זײַט פּאַרקן / רוישט די גאַס – / און איך פֿון דער זײַט / האָב רו אויסגעפֿונען, /  אָן חשבון, אָן האַס / די צײַט אָפּגעשטעלט – / און לעבן געפֿונען” (געקליבענע לידער, ניו יאָרק 1968, ז. 94).

 

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.