אַ קאָמעדיע־פּראָגראַם אָנלײַן אין גאַנצן אויף ייִדישAn online comedy show that’s all in Yiddish
הרבֿ באַרי שעכטער האָט שוין אויפֿגעטראָטן אויף דער ראַדיאָ אין שיקאַגע, וואַשינגטאָן און קאַנאַדע.
הגם דער ייִדישער הומאָר איז אַ טיף אײַנגעוואָרצלטער חלק פֿון דער אַשכּנזישער קולטור — אַלע ווייסן דאָך וועגן דעם פּורים־שפּילער און דעם בדחן — איז הײַנט שווער צו געפֿינען אַ קאָמיקער אויף דער אינטערנעץ וואָס דערציילט וויצן אין גאַנצן אויף ייִדיש, אָן אונטערקעפּלעך.
מאָנטיק, דעם 9טן מײַ, 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט (11:00 אין דער פֿרי קאַליפֿאָרניער צײַט, און 8:00 אין אָוונט ישׂראלדיקע צײַט) וועט הרבֿ באַרי שעכטער, דער רבֿ פֿון עדת „קול אמת“ אין סקאָקי, אילינוי, פֿאַרווײַלן דעם עולם מיט ייִדישע וויצן וואָס האָבן זיך בײַ אים במשך פֿון די יאָרן אָנגעקליבן.
די פּראָגראַם, וואָס ווערט געשטיצט פֿונעם פֿאָרווערטס, איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל .כּדי זיך צו באַטײליקן אין דער פּראָגראַם, גיט אַ קװעטש דאָ.
הרבֿ שעכטער איז געבוירן געוואָרן אין לאָנדאָן, ענגלאַנד. ער איז דערצויגן געוואָרן אויף ייִדיש און האָט זיך געלערנט אין ישיבֿה, און דערנאָך האָט ער שטודירט עקאָנאָמיק בײַם קיימברידזשער אוניווערסיטעט, וווּ ער איז געוואָרן אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון דער דעבאַטיר־מאַנשאַפֿט, באַקאַנט פֿאַרן קענען גוט אָפּענטפֿערן זײַנע קאָנקורענטן.
עטלעכע יאָר לאַנג האָט שעכטער געאַרבעט ווי אַן עקאָנאָמיסט אין וואַשינגטאָן אָבער דערנאָך האָט ער אָנגענומען די פּאָזיציע פֿון רבֿ בײַ „קול אמת‟. איין מאָל, בײַם האַלטן אַ לעקציע וועגן ייִדישן הומאָר, האָט דער עולם אַזוי שטאַרק הנאה געהאַט פֿון די וויצן, אַז ער האָט אָנגעהויבן אויפֿטרעטן ווי אַ וויצן־דערציילער אויף ענגליש אין פֿאַרשידענע לאָקאַלן, אַרײַנגערעכנט דער פּראָגראַם, „איז קאָמעדיע שוין געשטאָרבן?‟ וואָס איז פֿאָרגעקומען ערבֿ־ניטל אין אַ לוויה־הויז אין שיקאַגע.
ער האָט אויך אויפֿגעטראָטן אויף דער ראַדיאָ־סטאַנציע WBBM אין שיקאַגע, WAMU אין וואַשינגטאָן און CBC אין קאַנאַדע, און אויף טעלעוויזיע אין שיקאַגע.
הגם שעכטער פֿעפֿערט געוויינטלעך אָן זײַנע אַקטן מיט ייִדישע ווערטער און פֿראַזעס, וועט דער אויפֿטריט דעם 9טן מײַ זײַן דאָס ערשטע מאָל וואָס ער פֿאַרווײַלט דעם עולם אין גאַנצן אויף ייִדיש.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO