Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די ווערק פֿון ליעסיאַ אוקראַיִנקאַ און אַנדערע פֿײַנע אוקראַיִנער פּאָעטןDiscovering the works of Lessia Ukrainka and other fine Ukrainian poets

אין קיִעוו האָט געבליט אַ ממשותדיקער פּאָעטישער אַוואַנגאַרד.

 

די תּורה דערציילט אונדז, אַז ווען די אויסטערלישע מכּה פֿון צרעת האָט באַפֿאַלן אַ הויז, האָט מען עס געמוזט צעשטערן. צומאָל האָט אָבער די מכּה אָנגעוויזן, אַז אונטער די ווענט פֿונעם הויז איז באַגראָבן אַן אוצר. די איצטיקע מכּה, וואָס האָט באַפֿאַלן אוקראַיִנע, האָט מיך טאַקע געבראַכט צו אַן אומגעריכטן אוצר – די אוקראַיִנישע אַוואַנגאַרדיסטישע פּאָעזיע, וואָס האָט געבליט ביז די 1930ער, ווען סטאַלינס רעגירונג האָט אומגעבראַכט אַ סך שעפֿערישע פּערזענלעכקייטן איבערן גאַנצן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אַרײַנגערעכנט אוקראַיִנע.

די באַקאַנטע אַמעריקאַנער ייִדיש־לערערין שבֿע צוקער האָט מיך לעצטנס פֿאַרבעטן אויפֿצוטרעטן אין איר קלאַס דורך זום מיט מײַנע דערציילונגען, לידער און דיכטערישע איבערזעצונגען. האָב איך אַ טראַכט געטאָן: אויב איך וועל פֿאָרלייענען מײַנע איבערזעצונגען פֿון רוסיש, איז אין דער הײַנטיקער טרויעריקער פּאָליטישער סיטואַציע כּדאַי צוצוגעבן עפּעס פֿון אוקראַיִניש – און נישט אַבי וואָס, נאָר וואָס שטימט טאַקע מיטן גײַסט פֿון מײַן אָפּקלײַב.

אַזוי אַרום, אין שײַכות מיט דער מלחמה אין אוקראַיִנע, האָב איך אָנגעהויבן גריבלען אין דער אוקראַיִנישער ליטעראַטור און אַנטדעקט גרויסע אוצרות, וואָס פֿאַרמעסטן זיך מיט מײַנע באַליבטסטע רוסישע און ענגלישע פּאָעטן. אוקראַיִניש פֿאַרשטיי איך גענוג גוט – ס׳איז נאָענט צו רוסיש און איך האָב עס אַ ביסל שטודירט – נאָר קיין מבֿין אין דער אוקראַיִנישער פּאָעזיע בין איך נישט. כ׳האָב געמיינט, אַז בדרך־כּלל האָט זי אַ פֿאָלקיש־לירישן, צומאָל בונטאַרישן טעם. כ׳האָב נישט געוווּסט, אַז אין קיִעוו האָט געבליט אַ ממשותדיקער פּאָעטישער אַוואַנגאַרד – און געשריבן דווקא אויף אוקראַיִניש. אויף רוסיש און, אַוודאי, אויף ייִדיש האָבן אַ סך שרײַבער און פּאָעטן אין אוקראַיִנע אויך געשריבן.

באַזונדערס איז מיר געפֿעלן געוואָרן מיכײַל (מיכײַלאָ) סעמענקאָ (1892 – 1937), דער גרינדער און טעאָרעטיקער פֿונעם אוקראַיִנישן פֿוטוריזם. זײַן מאַמע איז געווען אַ זעלבסט־געבילדעטע שרײַבערין, אַ מחברטע פֿון אַ ריי ביכער וועגן דעם פּשוטן פּויערישן לעבן. אין 1912 איז דער קומענדיקער פּאָעט געוואָרן אַ סטודענט פֿונעם פּעטערבורגער פּסיכאָ־נעווראָלאָגישן אינסטיטוט. נישט צופֿעליק האָב איך באַמערקט עפּעס אַ שײַכות אין זײַן פּאָעזיע צו די פּאָעטישע קרײַזן פֿון מײַן שטאָט, פּעטערבורג. די טעמעס פֿון פֿאַרבאָרגענע, פֿינצטערע מענטשלעכע מחשבֿות באַווײַזן זיך כּסדר אין זײַנע ווערק – מסתּמא, אַ ירושה פֿון זײַן מעדיצינישער בילדונג. אָט איז מײַן איבערזעצונג פֿון זײַנס אַ ליד:

 

שטאַרבן כ׳וועל, נאָר עס ווערט ניט פֿאַרשניטן

מײַן מחשבֿהלעך־טרוים.

טוט דער עבֿר דאָרט היטן

ווײַסע שלעסער אין רוים.

 

קיין רחמנות, קיין באַנג און קיין זאָרגן…

זומער־זון, מײַן נשמה קום נעם.

כ׳וועל אַ רעגנדל ווערן אַ שיינעם פֿרימאָרגן –

וועסט פֿאַרגעסן פֿאַרוואָס און פֿאַר וועם.

 

גליק – אַ מעשׂה, און גליק איז – אַ ליבע…

קיין רחמנות, קיין באַנג… מײַן פֿאַרשוווּנדענער גוף, –

נאָר ווי פּראַנע קום איך אין דײַן אָטעם אַריבער,

ווען איין חלום אַ צווייטן פֿאַרנאַכט גיט אַ רוף.

 

גאַנץ אינטערעסאַנט, אַז סעמענקאָ באַנוצט זיך דאָ מיטן סאַנסקריט־וואָרט „פּראַנע‟, וואָס מיינט אין הידויִזם און יאָגע — חיות, פּסיכישן לעבנס־כּוח.

בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט סעמענקאָ געדינט אויפֿן רוסלענדישן ווײַטן מיזרח, אין וולאַדיוואָסטאָק. דאָרט האָט ער טאַקע אָנגעשריבן דאָס ליד. דערנאָך האָט ער געוווינט אין קיִעוו. אין 1937 האָט מען אים אַרעסטירט, כּלומרשט, צוליב זײַן קאָנטער־רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט, און באַלד דערשאָסן.

ווען איך האָב לעצטנס אָנגעהויבן לייענען די אוקראַיִנישע קלאַסיקער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, אַרײַנגערעכנט ליעסיאַ אוקראַיִנקאַ, האָב איך באַמערקט אומגעריכטע אינטערעסאַנטע פּאַראַלעלן מיט די בעסטע בײַשפּילן פֿון דער מערבֿ־אייראָפּעיִשער ליטעראַטור. לאַריסאַ קאָסאַטש־קוויטקאַ (1871 – 1913), באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים ליעסיאַ אוקראַיִנקאַ, דערמאָנט מיך אין דער ענגלישער שרײַבערין עמילי בראָנטע (1818 – 1848). ביידע האָבן אָפֿט געשריבן מיט אַ באַזונדערן מעלאַנכאָליש־טראַגישן טאָן, נישט געווען געזונט און יונג געשטאָרבן פֿון טובערקולאָז. אָט איז מײַן איבערזעצונג פֿון אַ ליד, וואָס ליעסיאַ אוקראַיִנקאַ האָט געווידמעט דער לעגענדאַרער אַלט־גריכישער פּאָעטעסע סאַפֿאָ.

 

בײַם ים, אויף אַ פֿעלדז, צווישן כוואַליעס,

אַ פּאַנעטשקע וווילינקע זיצט,

אין לאָרבער, אין שײַן טוט זי האַלטן

איר לירע פּאָעטישע איצט.

 

און זינגט זי אַ ניגון אַ סומנעם,

דערבײַ אויף דער לירע שפּילט צו,

אַ ניגון, וואָס וועקט אויפֿן האַרצן

אַן אומעט אַ גרויסן אָן רו.

 

איר גדולה און שם טוט דערמאָנען,

איר ליכטיקע וועלט, וואָס איז זאַט

מיט מענטשלעכע לינגס, מיט ליבע

און יאָרן פֿון שוואַרצן פֿאַרראַט,

 

דאָס האָפֿן, דעם ייִאוש… וואַרפֿט פּאַנע

איר לאָרבער אַראָפּ, ביטער־מיד –

אין רוישיקע כוואַליעס פֿון ימען

געפֿינט זי דעם סוף פֿאַר איר ליד.

 

אַגבֿ, דוד האָפֿשטיין, אַן אַנדער טראַגיש אומגעקומענער פּאָעט, האָט אין 1931 אַרויסגעגעבן אַ באַנד געקליבענע ווערק פֿון ליעסיאַ אוקראַיִנקאַ אויף ייִדיש.

זיכער האָב איך דערווײַל אַנטדעקט בלויז אַ טראָפּן פֿון די אוקראַיִנישע פּאָעטישע אוצרות. וועלוול טשערנינס בוך „תּיקון‟, למשל, אַנטהאַלט אַ גאַנצע ריי ייִדישע איבערזעצונגען פֿון אוקראַיִנישע װערק געשריבן פֿון ייִדן. על־פּי רובֿ זענען מיר זייערע נעמען נאָך אומבאַקאַנט. אַ שאָד אָבער, אַז איך האָב זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַזעלכע קולטור־אוצרות צוליב אַזוינע טרויעריקע אומשטענדן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.