ווידעאָ: זעלטענער היימפֿילם פֿון אַ משפּחהס פּסח־סדר אין 1932 VIDEO: Rare home film of a family Seder in 1932
רות קאַטשאָר האָט געפֿונען דעם פֿילם פֿאַראַיאָרן אין איר שאַפֿע און גלײַך אַראַנזשירט מע זאָל אים דיגיטאַליזירן
דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָט אַ פֿאָרווערטס־לייענער, רות קאַטשאָר, אַנטדעקט בײַ זיך אין דער היים אַן אַלטן משפּחה־פֿילם פֿון אַ פּסח־סדר בײַ איר עלטער־באָבע־זיידן אינעם יאָר 1932.
די גאַנצע מעשׂה האָט זי באַשריבן אין אַן אַרטיקל אויף ענגליש וואָס איז אַרויס מיט אַנדערטהאַלב וואָך צוריק.
בײַם הײַיאָריקן סדר — פּונקט 90 יאָר נאָכן סדר אינעם פֿילם — האָט זי געוויזן איר צעצווײַגטער משפּחה דעם פֿילם צום ערשטן מאָל. אירע קרובֿים — און אַפֿילו די יונגע־לײַט — האָבן שטאַרק הנאה געהאַט דערפֿון, האָט קאַטשאָר געזאָגט.
צווישן די אינטערעסאַנטע מאָמענטן אינעם פֿילם: קאַטשאָרס עלטער־זיידע און באָבע זיצן אויבן אָן און שעפּן נחת פֿון די קינדער און אייניקלעך; איינס פֿון די ייִנגלעך פּרוּווט שנײַדן דאָס פֿלייש מיט אַן איבערגעקערטן מעסער, און אַ גרופּע פֿרויען גיסן זיך אָן טעפּלעך הייס וואַסער פֿון אַ סאַמאָוואַר.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO