אַ קורס אויף ייִדיש וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטערCourse on the history of the Yiddish theater, taught in Yiddish
דער קורס, וואָס וועט געפֿירט פֿון מאָטל דידנער, איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל
מאָטל דידנער, דער געהילף־דירעקטאָר פֿון דער פֿאָלקסבינע, וועט געבן אַ קורס אויף ייִדיש וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער, דורך פֿאַרשידענע אילוסטרירטע פּרעזענטאַציעס.
דער קורס באַשטייט פֿון פֿיר סעסיעס וואָס וועלן פֿאָרקומען יעדן דאָנערשטיק צווישן דעם 28סטן אַפּריל און דעם 19טן מײַ, פֿון 12:30 ביז 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט.
דער קורס, וואָס ווערט געשטיצט דורכן אַרבעטער רינג, איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל און פֿאָדערט נישט קיין לייענען אָדער שרײַבן.
צווישן די טעמעס וואָס וועלן געדעקט ווערן אין די קלאַסן: די פּורים־שפּילן; ווי אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען האָט געגרינדעט דעם ייִדישן טעאַטער און די אַנטוויקלונג פֿונעם טעאַטער ביזן הײַנטיקן טאָג; די ייִדן וואָס האָבן געבויט בראָדוויי, און ווי מע האָט פּראָדוצירט „פֿידלער אויפֿן דאַך‟.
כאָטש דער קורס איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, מוז מען זיך רעגיסטרירן. די באַטייליקטע וואָס ווילן געבן אַ בײַשטײַער, איז אַדרבא!
כּדי זיך צו רעגיסטרירן גיט אַ קוועטש דאָ
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO