די טראַגישע געשיכטע פֿון דער אַמביציעזער „אַלגעמײנער ענציקלאָפּעדיע‟The tragic history of the ambitious “Algemeyne Entsiklopedye”
דער פּראָיעקט האָט צונױפֿגעבראַכט די גרעסטע ייִדישע אינטעלעקטואַלן פֿון אײראָפּע און אַמעריקע.
דער אַמעריקאַנער ייִדישער קריטיקער ברוך ריװקין האָט אָנגערופֿן די ייִדישע ליטעראַטור אַ „כּמו–טעריטאָריע‟ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
אפֿשר איז דער בעסטער מוסטער פֿון אַזאַ מין קולטורעלער אונטערנעמונג צו שאַפֿן אַ ייִדישע „כּמו–טעריטאָריע‟ געװען די „אַלגעמײנע ענציקאָלאָפּעדיע‟. דער דאָזיקער פּראָיעקט איז פֿאַרטראַכט געװאָרן סוף–1920ער יאָרן, ערבֿ דעם סאַמע טראַגישן פּעריאָד אין דער ייִדישער און אײראָפּעיִשער געשיכטע. דער אײַנפֿאַל איז געבױרן געװאָרן אין דער סבֿיבֿה פֿון װעלטלעכע ייִדישיסטן, לרובֿ פּליטים פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע, װאָס האָבן דעמאָלט געוווינט אין מזרח– און מיטל–אײראָפּע.
אין דער אַרבעט איבער דער ענצילאָפּעדיע האָבן זיך באַטײליקט הונדערטער ייִדישע געלערנטער און קולטור–טוער. און דאָך, ניט געקוקט אױף דער געשפּאַנטער און דראַמאַטישער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט, האָט די „אַלגעמײנע ענציקלאָפּעדיע‟ עד–היום ניט זוכה געװען קײן געהעריקע היסטאָרישע שטודיע, שרײַבט פּראָפֿעסאָר באַרי טראַכטענבערג אין דער הקדמה צו זײַן בוך „דער חורבן און „דער גלות פֿון ייִדיש: אַ געשיכטע פֿון דער ‘אַלגעמײנער ענציקלאָפּעדיע’‟.
טראַכטענבערג צעטײלט די געשיכטע פֿון דעם פּראָיעקט, װאָס האָט זיך געדױערט פֿון 1930 ביז 1966, אין דרײַ פּעריאָדן. ער הײבט אָן אין בערלין, װוּ עס האָבן זיך צונױפֿגעזעמלט די פּני פֿון דער ייִדישער װיסנשאַפֿט און קולטור, כּדי צו פֿײַערן דעם 70טן יובֿל פֿונעם גרױסן רוסיש–ייִדישן היסטאָריקער שמעון דובנאָװ. זײ האָבן באַשלאָסן „צו שאַפֿן אַ פּאָפּולערע און אַרומנעמיקע ענציקלאָפּעדיע פֿון אַלגעמײנע קענטענישן אױף דער ייִדישער שפּראַך. זײ האָבן זי פֿאַרטראַכט װי אַ בריק, װאָס זאָל פֿירן די ייִדיש–רעדער אין דער ברײטערער װעלט.‟
די דאָזיקע ענציקלאָפּעדיע האָט געדאַרפֿט זײַן אַנדערש פֿון די „ייִדישלעכע‟ ענציקלאָפּעדיעס, װאָס צו יענער צײַט האָבן שױן עקזיסטירט אױף ענגליש, רוסיש און דײַטשיש. די „אַלגעמײנע ענציקלאָפּעדיע‟ האָט געדאַרפֿט באַהאַנדלען ניט נאָר ייִדישע ענינים, נאָר אַלע בראַנזשעס פֿון קולטור, פּאָליטיק, װיסנשאַפֿט, טעכניק, נאַטור וכּדומה לױטן מוסטער פֿון די גרױסע אַלגעמײנע ענציקלאָפּעדיעס אױף אַנדערע שפּראַכן.
אין דער הקדמה צו דער „פּראָבעהעפֿט‟, װאָס איז אַרױס אין בערלין אין 1932, האָבן די רעדאַקטאָרן דערקלערט: „לױט דעם פּלאַן דאַרף די ענציקלאָפּעדיע אַרײַננעמען אַלע צװײַגן פֿון װיסנשאַפֿט, דערבײַ װערט אַ באַדײַטנדיקער פּלאַץ אָפּגעגעבן פֿאַרן ייִדישן לעבן און שאַפֿן אין דער פֿאַרגאַנגענהײט און אין דער קעגנװאַרט.‟ די ענציקלאָפּעדיע האָט געדאַרפֿט פֿאַרנעמען צען בענד פֿון גרױסן פֿאָרמאַט, מיט אַן ערך 5,000 זײַטן און בײַ 40 טױזנט זוכװערטער.
אַ באַזונדערער באַנד „ייִדן‟ האָט געדאַרפֿט באַקענען דעם לײענער מיט „דער מאָדערנער אױפֿפֿאַסונג פֿון דער ייִדישער געשיכטע, מיט דער סאָציאַל-עקאָנאָמישער לאַגע פֿון ייִדן אין פֿאַרשײדענע לענדער, מיט די פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע באַװעגונגען, מיט די ליטעראַרישע און קולטורעלע שאַפֿונגען פֿון די ייִדישע מאַסן.‟ דער הױפּטשטיצער און פֿאַרלעגער פֿון דער דאָזיקער ריזיקער אונטערנעמונג איז געװען די געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע „דובנאָװ–פֿאָנד‟, װאָס מען האָט געשאַפֿן אין בערלין לכּבֿוד דובנאָװס יובֿל.
די צרות האָבן זיך אָנגעהױבן אין 1933, װען היטלער איז געקומען צו דער מאַכט אין דײַטשלאַנד. דער „דובנאָװ–פֿאָנד‟ און אַ טײל פֿון די רעדאַקטאָרן האָבן געמוזט גיך פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד און געפֿינען אַן אַנדער מקום-מקלט. די רעדאַקציע האָט ממשיך געװען די אונטערנעמונג אין פּאַריז, װוּ סוף דעצעמבער 1934 איז אַרױס דער ערשטער באַנד פֿון דער ענציקלאָפּעדיע. די שײַכותדיקע אַרכיװאַלע מקורים זײַנען צעזײט איבער די זאַמלונגען פֿון ניו-יאָרק, אַמסטערדאַם, לאָנדאָן, ירושלים און קײפּ–טאַון, װאָס איז אַ סימן פֿונעם „צעשטער און באַדרענגעניש פֿון יענער צײַט‟, שרײַבט טראַכטענבערג. די ייִדישע פּרעסע אין אײראָפּע און אַמעריקע (מחוץ דעם סאָװעטן-פֿאַרבאַנד) האָט אױפֿגענומען דעם ערשטן באַנד מיט אַ סך התלהבֿות, אָבער צו פֿאַרקױפֿן דאָס בוך אַרום דער װעלט איז געװען גאַנץ שװער.
די ערשטע בענד שפּיגלען אָפּ די לינקע פּאָליטישע נטיה פֿון די רעדאַקטאָרן. די אַרטיקלען װעגן פֿאַרשײדענע אינטערנאַציאָנאַלע פּאָליטישע באַװעגונגען און אָרגאַניזאַציעס פֿונעם רוסישן סאָציאַליסט רפֿאל אַבראַמאָװיטש זײַנען „אפֿשר די סאַמע גרונדיקע איבערזיכטן פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן סאָציאַליזם בײַ אַלע אַלגעמײנע ענציקלאָפּעדיעס‟, האַלט טראַכטענבערג.
די װײַטערדיקע בענד 3 און 4 זײַנען אַרױס אין 1936 און 1937, װען דער פּאָליטישער מצבֿ אין אײראָפּע איז געװאָרן אַלץ ערגער. די דאָזיקע שטימונג איז ספּעציעל בולט אינעם אַרטיקל „אַנטיסעמיטיזם‟ אין באַנד 3. אָבער ניט געקוקט אױף אַלע אינערלעכע און דרױסנדיקע פּראָבלעמען, האָט דער פּראָיעקט געהאַלטן אין אײן װאַקסן. די ערשטע פֿיר בענד האָבן נאָך ניט אױסגעשעפּט דעם אות „אלף‟, אַ סימן, װאָס דער גאַנצער קאָמפּלעט האָט זיך באַקומען גרעסער אײדער די אָריגינעלע צען בענד. ערבֿ דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון פֿראַנקרײַך האָט די רעדאַקציע באַװיזן אַרױסגעבן צװײ בענד אין דער סעריע „ייִדן‟.
אײניקע רעדאַקטאָרן פֿון דער ענציקלאָפּעדיע, צװישן זײ — דובנאָװ און זעליק קלמנאָװיטש, זײַנען פֿאַרבליבן אין מזרח–אײראָפּע און אומגעקומען אינעם חורבן. אָבער דאָס רובֿ פֿון די, װאָס זײַנען געװען אין פּאַריז, װי אַבראַמאָװיטש, גריגאָרי אַראָנסאָן, אַבֿרהם מענעס און דניאל טשאַרני, האָבן געהאַט אַ גוטן מזל צו אַנטלױפֿן קײן אַמעריקע. די לעצטע, דריטע תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון דער ענציקלאָפּעדיע האָט זיך אָנגעהױבן אין ניו–יאָרק אין 1940. פֿאַר אײניקע רעדאַקטאָרן איז אַמעריקע געװען דאָס דריטע לאַנד אױף זײער גלות–װעג פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע דורך דײַטשלאַנד און פֿראַנקרײַך. אין ניו–יאָרק האָט דער פּראָיעקט באַקומען שטיצע פֿון די אָרטיקע ייִדישע קולטורעלע אַנשטאַלטן און פּריװאַטע מנדבֿים, און די רעדאַקציע האָט ממשיך געװען מיט דער סעריע „ייִדן‟.
דער חורבן האָט פֿאַרװאַנדלט דעם פּראָיעקט אין אַ מין אַרכיװ, װאָס האָט אָפּגעהיט דעם אָנדענק פֿון דער חרובֿ–געמאַכטער װעלט פֿאַר די קומעדיקע דורות. אײן פּועל–יוצא פֿונעם דאָזיקן בײַט איז געװאָרן די ענגלישע אױסגאַבע אױפֿן סמך פֿון דער סעריע „ייִדן‟ אונטערן קעפּל „דאָס ייִדישע פֿאָלק: עבֿר און הװה‟. דער דאָזיקער קאָמפּלעט אין פֿיר אילוסטרירטע בענד פֿאַרבלײַבט אַ װיכטיקער און ניט-דערשאַצטער מקור אױף ענגליש װעגן דער ייִדיש–קולטור.
אָבער די אַמעריקאַנער ייִדן, באַמערקט טראַכטענבערג, האָבן אַן אַנדער צוגאַנג צו דער מיזרח–אײראָפּעיִשער קולטורעלער ירושה. זײ קלײַבן דערין דאָס, װאָס פּאַסט צו זײערע הײַנטיקע אינטערעסן, אָבער פֿילן זיך ניט פֿאַרבונדן מיט איר װי אַ גאַנצקײט. „דער חורבן און דער גלות פֿון ייִדיש‟ איז אַ מוסטערהאַפֿטיקע היסטאָרישע פֿאָרשונג, װאָס באַציט זיך צו דער מזרח–אײראָפּעיִשער ייִדישער ירושה מיט אַ סך דרך–ארץ און זוכט צו אַנטפּלעקן די פֿאַרגעסענע קולטורעלע אוצרות פֿאַרן הײַנטיקן ענגליש–שפּראַכיקן עולם.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO