Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

געוויסע פֿיש קענען חשבונען. פֿילן זיי אויך ווייטיק?Some fish can do math. Can they feel pain too?

דאָס עסן פֿיש אַנשטאָט פֿלייש קען אַרויסרופֿן געוויסע עטישע קשיאות.

ווי אַזוי פּראַוועט מען פּסח אין אַ לאַנד, וווּ ס׳איז שווער צו קריגן כּשר פֿלייש? אַוודאי, קאָן מען זיך באַגיין מיט פֿיש. ווען מע קויפֿט אַ לעבעדיקן פֿיש לכּבֿוד פּסח, ווי דער מינהג איז בײַ אַ סך פֿרומע ייִדן, פֿרעגט זיך אָבער אַ קשיא וועגן דעם צער־בעלי־חיים. נישט לאַנג צוריק האָט אַ גרופּע וויסנשאַפֿטלער דערוויזן, אַז געוויסע מינים פֿיש זענען קליגער, ווי מע האָט פֿריִער געמיינט, און קאָנען אַפֿילו פֿירן פּשוטע אַריטמעטישע חשבונות. צי פֿילן זיי עכטן ווייטיק, ווען מע דערהרגעט זיי?

צוליב דער מלחמה צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע האָב איך לעצטנס שוין עטלעכע מאָל געהערט אומגעריכטע פֿראַגעס וועגן דעם וועגעטאַרישן פּסח, ווי אויך וועגן צער־בעלי־חיים. כּשרע פּסחדיקע פֿליישיקע מאכלים און מצות זענען צוטריטלעך אין קיִעוו און אָדעס. אין קליינע ייִדישע קהילות איבער אוקראַיִנע איז אָבער דער מצבֿ זיכער אַ סך ערגער.

אין פּעטערבורג און מאָסקווע זענען מצות און פּסחדיקע פּראָדוקטן בנימצא. צוליב די אַנטי־רוסלענדישע סאַנקציעס זענען אָבער די פּרײַזן שטאַרק געשטיגן. למשל, אַ צוויי־פֿונטיק פּעקעלע חסידישע האַנט־מצות קאָסט איצט 60 דאָלאַר, הגם מע באַקט זיי אין מאָסקווע. דערפֿאַר טראַכטן אַ טייל רוסלענדישע ייִדן, אַז ס׳איז כּדאַי זיך צו באַגיין הײַיאָר אָן קיין פֿלייש.

מיט אַ וואָך צוריק האָב איך דערציילט די לייענער פֿונעם פֿאָרווערטס וועגן פּאַנפּסיכיזם – אַ פֿילאָסאָפֿישער שיטה, לויט וועלכער דער שׂכל און באַוווּסטזײַן זענען לאַוו־דווקא ספּעציפֿיש מענטשלעכע אייגנשאַפֿטן. איצט האָבן די פֿאָרשער פֿונעם באָן־אוניווערסיטעט, דײַטשלאַנד,דעמאָנסטרירט אַן אינטערעסאַנטן בײַשפּיל דערפֿון. זיי האָבן אויפֿגעוויזן, אַז צוויי מינים פֿיש — סקאַטן (stingrays) און ציכלידן (cichlids) — קאָנען ציילן ביז פֿינף און אַפֿילו דורכפֿירן אין זייערע קעפּ אַזעלכע אַריטמעטישע אָפּעראַציעס, ווי „דרײַ פּלוס איינס‟ און „פֿינף מינוס איינס‟. די פֿאָרשונג איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם זשורנאַל Scientific Reports.

די וויסנשאַפֿטלער האָבן דעמאָנסטרירט, אַז די פֿישעלעך קאָנען פֿאַרשטיין, ווען מע ווײַזט זיי אַ בילד מיט אַ גרופּע בלויע אָביעקטן, אַז כּדי צו קריגן שפּײַז מוזן זיי צושווימען צו אַן אַנדער בילד, וווּ די צאָל אָביעקטן איז גרעסער פֿון איינס. אַ גרופּע געלע פֿיגורן קאָן מיינען, פֿאַרקערט, אַז זיי דאַרפֿן צוקומען צו אַן אילוסטראַציע מיט אַ קלענערער צאָל פֿיגורן. די אָביעקטן, וואָס מע האָט זיי געוויזן, זענען געווען גענוג אַבסטראַקטע – למשל, גרויסע און קליינע קרײַזן, קוואַדראַטן און דרײַעקן.

בײַ די זויג־חיות ווערן אַריטמעטישע פֿעיִקייטן אַסאָציִיִרט מיטן נעאָקאָרטעקס – דעם טייל פֿונעם מוח, וואָס טראָגט בײַ די מענטשן דאָס אַחריות פֿאַר דער שפּראַך און שׂכלדיקער אויפֿפֿירונג. בײַ די פֿיש איז קיין נעאָקאָרטעקס נישטאָ. ד״ר וועראַ שליסל, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט דער פֿאָרשונג, האָט אָבער באַטאָנט, אַז אַפֿילו בינען, הגם זייער מוח איז נאָך פּרימיטיווער, זענען מסוגל צו פֿירן ענלעכע פּשוטע חשבונות.

דאָס ווייטיק־געפֿיל ווערט אויך אַסאָציִיִרט מיטן נעאָקאָרטעקס, דערפֿאַר האַלטן אַ טייל וויסנשאַפֿטלער, אַז קיין עכטן צער קען אַ פֿיש נישט פֿילן. דאָס איז איינע פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס אַ סך וועגעטאַריש־געשטימטע מענטשן עסן נישט קיין פֿלייש, אָבער זעען נישט קיין עטישע פּראָבלעמען מיט פֿיש־מאכלים. בלײַבט אָבער די פֿראַגע: אויב אַ פֿישעלע קאָן אַפֿילו פֿירן פּשוטע חשבונות, קאָן עס אפֿשר אויך פֿילן ווייטיק פֿונעם געכאַפּט און דערהרגעט ווערן.

על־פּי הלכה זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע דעות וועגן דעם דאָזיקן ענין. די גמרא זאָגט קלאָר, אַז די פֿיש פֿילן נישט קיין „צער שחיטה‟, דערפֿאַר דאַרף מען זיי נישט שעכטן. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט דער גרויסער מקובל יצחק לוריא – דער אַריז״ל – געהאַלטן, אַז אַפֿילו אַ מורעשקע צי אַ ווערעמל טאָר מען נישט גורם זײַן קיין אומנייטיקן צער. אַזאַ דעה טרעפֿט זיך אין באַקאַנטע אַשכּנזישע מוסר־ספֿרים, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע ווערסיע פֿון „קבֿ הישר‟ — גאָר אַ פּאָפּולערן קוואַל פֿון עטישע עצות, וואָס הרבֿ צבֿי־הירש קוידאַנאָווער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1706 אויף לשון־קודש און ייִדיש מיט זײַן אייגענער ייִדישער איבערזעצונג.

דער הײַנטיקער רבֿ אהוד אַחיטובֿ, פֿאַרבונדן מיט דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער פֿאָרשערישער ישׂראלדיקער אָרגאַניזאַציע „מכון התּורה והאָרץ‟, פּסקנט, אַז דער איסור פֿון צער־בעלי־חיים איז אויך חל אויף די פֿיש; לויט זײַן פּסק, טאָר מען נישט כאַפּן פֿיש סתּם אַזוי, אויב מע קלײַבט זיך זיי נישט צו עסן. אַזוי האַלט אויך הרבֿ יהודה הלוי עמיחי, וועלכער האָט אויך אַ שײַכות צום זעלבן אינסטיטוט. לויט דער דאָזיקער דעה, אויב מע כאַפּט אָדער מע קויפֿט אַ לעבעדיקן פֿיש, איז בעסער אים צו דערהרגענען וואָס גיכער, כּדי צו פֿאַרמינערן דעם צער.

וואָס שייך דער פּסחדיקער קערה, לייגט זיך דווקא נישט אויפֿן שׂכל צו באַזײַטיקן די זרוע – געוויינטלעך, אַ געבראָטן העלדזעלע פֿון אַ הון אָדער אַ ביין פֿון אַ לעמעלע – מיט אַ שטיקל פֿיש. בײַ די ייִדישע וועגעטאַריאַנער האָט זיך שוין לאַנג פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו לייגן אויף דער קערה, אַנשטאָט דער זרוע, אַ שטיקל בורעק. אַזאַ אָפּציע ווערט אויך דערמאָנט אין דער גמרא.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version