ווידעאָ: יצחק פּערלמאַן דערציילט דעם פֿאָרווערטס וועגן זײַן באַליבטסטן פּסח־מאכלVIDEO: Itzhak Perlman tells the Forverts his favorite Passover recipe
געוויינטלעך פּרעגלט מען רויע קאַרטאָפֿל צו מאַכן די לאַטקעס אָבער בײַ פּערלמאַנס מאכל קאָכט מען אָפּ די קאַרטאָפֿל איידער מע פּרעגלט זיי.
מיט זעקס יאָר צוריק האָב איך מיט איוו יאַכנאָוויץ, מײַן שותּפֿטע בײַ די פֿאָרווערטס־קאָכסעריעס „עסט געזונטערהייט‟ און „מאכלים אָן אַל עלטער‟, באַוויזן צו אינטערוויויִרן דעם וועלטבאַרימטן פֿידלער יצחק פּערלמאַן, כּדי צו דערגיין וואָס זענען געווען זײַנע באַליבטסטע פּסחדיקע מאכלים ווי אַ קינד.
איינע פֿון די פּאָטראַוועס וואָס ער האָט באַשריבן זענען פּסחדיקע קאַרטאָפֿל־לאַטקעס. אַן אינטערעסאַנטער פּרט וועגן דעם רעצעפּט איז וואָס, אין פֿאַרגלײַך מיט דער געוויינטלעכער ווערסיע, וווּ מע פּרעגלט אַ געמיש פֿון צעריבענע רויע קאַרטאָפֿל, אייער מיט מצה־מעל, דאַרף מען אין דעם רעצעפּט צו ערשט אָפּקאָכן די קאַרטאָפֿל, זיי צעקוועטשן צוזאַמען מיט אַן איי און מצה־מעל און ערשט דערנאָך פּרעגלען!
אין דעם ווידעאָ ווײַזן איך מיט איוו ווי אַזוי מע גרייט צו אָט די פּסחדיקע לאַטקעס. ס׳קומט באַלד צוגיין דער יום־טובֿ פּסח, וועט איר שוין אַליין האָבן אַ געלעגנהייט זיי צו מאַכן!
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO