Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּוטין וויל אונדז פּשוט מחנך זײַןPutin just wants to educate us properly

יהושע כהנאס טאַטע האָט אים אָפֿט געהייסן טאָן זאַכן קעגן זײַן ווילן, זאָגנדיק: „וועסט עלטער ווערן, וועסטו פארשטיין.“

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.

יהושע כהנאס עלטערן האָבן אים גענייט זיך איינצולעבן און אויסצושטאפירן אויף רבי׳שער שטייגער קעגן זײַן ווילן.

אין ליכט פון דער אויפוואכונג און סענסיוויטעט כלפי פוטין׳ס „חינוך מיסיע“ וועל איך אויסניצן די געלעגנהייט און מיטטיילן מיין פערזענליכער ווייטאג כלפי דער נושא.

אז איך בין געווען צען יאר אלט האט מיין טאטע מיר געוואלט אנטון א בעקעשע. ביי אונז, דארף אויפגעמערקט ווערן, איז א בעקעשע א זאך פאר העכער דער בר מצווה, מען ווערט בר מצווה גייט מען אום שבת א בעקעשע. פאר דעם גייט מען אין „קינדערישע בגדים“. איך אבער, א רבי׳ש אייניקל, האט געפאסט זיך אז איך זאל גיין א בעקעשע פריער ווי יעדן, אבער איך האב מיר גע׳עקש׳נט אז ניין, איך וויל נישט קיין בעקעשע פאר דער בר מצווה איידער אלע מיינע חברים טוען אזוי. זאגט מיר מיין טאטע, עס איז פאר דיר ריכטיג יא צו גיין אין א בעקעשע יעצט, „וועסט עלטער ווערן, וועסטו פארשטיין.“

ווער איך בר מצווה, ווידער א חילוקי דעות צווישן מיר און מיינע עלטערן. מיינע עלטערן ווילן איך זאל זיך קליידן ווי עס פאסט פאר א רבישער בר מצווה בחור, א ספעציעל גלאטער רעקל מיט שיפע קעשענעס, אזא חצי בעקעשע רעקל; ארויפגעצויגענע „הויזן זאקן“ וואס אנדערע רופן „שיך און זאקן“; און אומגעבענדלטע שיך (אנדערש ווי געווענדליכע חסידים וועלעכע גייען אין א וועלטליכער געשטרייפטער רעקל נאר ביז די קני און בענדל שיך). ווייטער וויל איך גיין ווי מיינע חברים, איך וויל נישט זיין בולט. זאגט מיר ווידער מיין טאטע: „וועסט עלטערן ווערן, וועסטו פארשטיין.“

עס קומט צו שידוכים, וויל מיין טאטע א רבי׳ש טאכטער ווי עס פאסט פאר א רבי׳שע משפחה, און ווידער דינג איך זיך, איך וויל א ווייב פון א פשוטער שטוב, און ווידער איז מיין טאטע דא מיט זיין „וועסט עלטער ווערן, וועסטו פארשטיין.“

נו, קען איך נישט האבן קיין טענות, כל זמן איך בין געווען סמוך על שולחנו בין איך אונטער זיין ערציאונג. אזוי זענען טאטעס, מ׳וויל פארן קינד וואס ברענגט זיי נחת און א פאסיגער אנזען.

אבער אז איך בין מיין אייגענער מענטש, שוין איבער די דרייסיג, און ווידער זאגט ער די זעלבע, דאס הייסט שוין אמפערן זיך, דאס איז שוין אומגעבעטענע חינוך. די מעשה איז אזוי, איך ווער דרייסיג, איך וועק זיך אויף איין טאג, און איך בין מיך מיישב נאך לאנגע ראנגלענישן מיט זיך אליינס, אז איך וויל צוריק דרייען דעם זייגער און צוריקגיין צו מיין ארגינעלער וועזן, דהיינו, א נישט רבי׳שער אנזען אזויווי איך האב לכתחילה געוואלט אלס יונג קינד, אבער אין מיינע עלטערנס אויגן איז דאס א שאנדע פאר די משפחה, שטעקן זיי מיר אריין א פוס אין מיין ווירטשאפט אויך ווען איך בין שוין דרייסיג… אפנים, אז איך בין עלטער געווארן און כ׳פארשטיי נאך אלץ נישט, וועלן זיי מיר מאכן פארשטיין….

נו, אזוי זענען צומאל עלטערן, זיי לאזן נישט דאס קינד ארויס פון די ווינדלען… אבער דא הערט נאר, איך בין אין א דירה מיט א מיטבאוואוינער, און הערט א מעשה — אויך ער איז מיר מחנך: טו אזוי, טו אזוי, מאך אהין מאך אהער, שוין צייט זאלסט זיך אויסלערנען…

און איך וועל מודה זיין, אויך איך בין נישט ריין פון דער מידה, אויך איך מאך דעם טעות, אויך איך פאל אריין אין דעם לאך פון „מחנך זיין“, און אין גוטן פאל כאפ איך דעם רמז באצייטנס, און פארשטיי אז מחנך זיין דערוואקסענע, מאכן יענעם זיך צופאסן צו מיינע אייגענע קאפריזן און געוואוינהייטן קעגן יענעם׳ס רצון, מיינט פאקטיש אנווערטשאפטן א מחלוקת.

און יעצט זעט נאר: פוטין איז מחנך, דאס מאל א גאנצער מדינה פון 45 מיליאן מענטשן זקנים ונערים. ער האלט אז זיי אלע זענען אומדערוואקסן און פארשטייען נישט וואס איז גוט פאר זיי און וואס עס איז זייער אייגענער טובה, בעת ער, פוטין, דער זעלבער בשר ודם ווי יעדער, מיטן זעלבן מאס מוח, ווייסט יא.

און דאס איז גארנישט ניי, די קריסטן האבן במשך איבער טויזנט יאר געוואלט מחנך זיין אונז אידן, אונז אויפקלערן דורך פייער און רויך וואס עס איז גוט פאר אונז; און די ישמעאלים ווידער מיטן שווערד האבן מחנך געווען דעם גאנצן מיטל־מזרח און צפון אפריקע.

און צווישן אונזערע אייגענע מחנות, זענען די קנאים מחנך די אגודיסטן, די ליטוואקעס זענען מחנך די חסידים, און די חב״ד׳סקער ווידער זענען מחנך די גאנצע אידישער וועלט… נו, נישקשה, כאטש טיילן זיי דערביי בולקעלעך מיט פיש…

און אזוי זעען מיר א גאנצן חינוך רינג, יענקל איז מחנך משה, משה איז מחנך גומפל, גומפל איז מחנך זרח, און זרח איז מחנך יענקל… אזוי זענען מיר זיך מחנך איינער דעם אנדערן און דערווארגן זיך לעבעדיגערהייט.

קענען מיר למען השם אויפהערן איינמאל פאר אלעמאל מיט די זעלבסט־דערקלערטע חינוך אקציעס? קענען מיר אנהייבן פארשטיין אז עס זענען פאראן אנדערע ריטמען צו אנדערע מעלאדיעס? קענען מיר ענדליך אנהייבן רעספעקטירן אנדערע מענטשנס מיינונגען און פירונגען?

מי שמך למחנך?

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.