דערציילונגען וועגן אױסטערלישע פּרוּװן צו רעכט צו מאַכן די אַלװעלטStories about bizarre attempts to fix the universe
די ייִדישע איבערזעצונגען פֿון אילן סטאַװאַנסעס מעשׂיות זײַנען אַ בײַטראָג אין דער טראַדיציע פֿון ייִדישער פֿילשפּראַכקײט.
אינעם תּל–אָבֿיבֿער „לײװיק–פֿאַרלאַג‟ איז אַרױס אַ זאַמלונג פֿון דרײַ דערצײלונגען פֿונעם באַקאַנטן אַמעריקאַנער שרײַבער און ליטעראַטור–פֿאָרשער אילן סטאַװאַנס, איבערגעזעצט אויף ייִדיש. מערקװירדיק איז דער פֿאַקט, װאָס דאָס בוך, „דער אָפּגאַנג‟, איז דעם פֿאַרלאַגס ערשטע פּובליקאַציע פֿון אַן איבערגעזעצטן פּראָזע–װערק אױף מאַמע־לשון. סטאַװאַנס שטאַמט פֿון מעקסיקע און איז אַ פֿילשפּראַכיקער שרײַבער, װאָס איז באַהאַװנט אין שפּאַניש, ייִדיש, העברעיִש און אַװדאי ענגליש. איז װאָס זשע איז דער תּכלית פֿון איבערזעצן פֿון ענגליש, דער הײַנטיקער װעלטשפּראַך, אױף ייִדיש, װאָס איז לעת-עתּה אַ שפּראַך פֿון יחידי־סגולה?
דער ענין פֿון איבערזעצן פֿון דער װעלט–ליטעראַטור אױף ייִדיש האָט אַ לאַנגע געשיכטע. די משׂכּילים האָבן איבערגעזעצט פּאָפּולערע װערק פֿון נאַטור–װיסנשאַפֿט, געשיכטע און פֿילאָסאָפֿיע אױף דער פֿאָלקשפּראַך, כּדי צו פֿאַרשפּרײטן ניצלעכע קענטענישן בײַ די ייִדישע מאַסן און באַקעמפֿן די השפּעה פֿון חסידות. שפּעטער, צום סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, װען עס האָט זיך אַנטװיקלט אַ ייִדישער ביכערמאַרק, האָט מען זיך גענומען פֿאַר איבערזעצן אײראָפּעיִשע בעלעטריסטיק צוליב פּרנסה. מיט דעם אױפֿקום פֿון ייִדישיזם װי אַ קולטור–פּאָליטישע אידעאָלאָגיע אָנהײב צװאַנציקסטן יאָרהונדערט האָבן די איבערזעצונגען פֿון דער װעלט–קלאַסיק פֿאַרנומען אַ חשובֿן אָרט אינעם נײַעם פּראָיעקט פֿון אױפֿבױען אַ מאָדערנע װעלטלעכע קולטור אױף ייִדיש.
אָבער נאָכן חורבן זײַנען איבערזעצונגען מער ניט געװען אַזױ חשובֿ פֿאַרן װידעראױפֿבױען די ייִדיש–קולטור. ביז לעצטנס האָט מען איבערגעזעצט לרובֿ לידער, װאָס האָט געהאַט מער עסטעטיש אײדער אידעאָלאָגיש חשיבֿות, שױן אָפּגערעדט פֿונעם קאָמערציעלן תּכלית. מען דאַרף אָבער ספּעציעל אָפּמערקן צװײ גרױסע איבערזעצערישע אונטערנעמונגען פֿונעם 21טן יאָרהונדערט: „דער האַר פֿון די פֿינגערלעך‟ פֿון בעריש װײַנשטײן און „הערי פּאָטער‟ פֿון אַרעלע (אַרון) שעכטער װישװאַנאַט.
סטאַװאַנסעס מעשׂיות זײַנען אָנגעשריבן אױף ענגליש, אָבער די העלדס מאַמע-לשון אין ניט קײן ענגליש, און אין די ערשטע צװײ מעשׂיות קומט די האַנדלונג פֿאָר מחוץ דער ענגליש-רעדנדיקער סבֿיבֿה. די ערשטע מעשׂה, „דער אָפּגאַנג‟ (דאַכט זיך, עס איז ניטאָ קײן רמז אױף דוד בערגעלסאָנס ראָמאַן מיט דעם אײגענעם טיטל), איבערגעזעצט דורך ברוריה װיגאַנד, קומט פֿאָר אין בעלגיע און דערצײלט אַן אױסטערלישע געשיכטע פֿונעם פֿלעמישן אַקטיאָר פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם, מאַרטען סודענדראָפּ וועלכער האָט אױפֿגעשטעלט אַ טראַגי-קאָמישן ספּעקטאַקל מיט זײַן אײגענער כּלומרשטיקער קידנעפּינג דורך אַן אױסגעטראַכטער רעכט-ראַדיקאַלער נאַציאָנאַליסטישער אָרגאַניזאַציע.
לכתּחילה איז די גאַנצע בעלגישע געזעלשאַפֿט געװען אױפֿגערעגט פֿון אַזאַ מין גװאַלדיקער אַנטיסעמיטישער אַקציע. אָבער אין עטלעכע טעג אַרום, װען סודענדראָפּ האָט זיך פּלוצעם געפֿונען, האָט ער מודה געװען, אַז ער האָט אַלײן אױפֿגעפֿירט דעם גאַנצן שפּיל. זײַן כּװנה איז געװען צו אַלאַרמירן דעם עולם װעגן דעם צוּװוּקס פֿון אַנטיסעמיטיזם אין בעלגיע. דער עפֿעקט פֿונעם דאָזיקן מאָדנעם ספּעקטאַקל איז געװען דװקא אַ קאַפּױערער.
סטאַװאַנס האַלט די דאָזיקע מעשׂה פֿאַר אַ מין משל װעגן דעם סתּירותדיקן ייִדישן גורל אין גלות: „אין תּוך גענומען זענען אַלע ייִדן אַקטיאָרן. די קונסט פֿון נאָכמאַכערײַ איז אײַנגעקריצט אין אונדזער ירושה–שיפֿער. װי נאָך װאָלטן מיר דען געקענט עקזיסטירן מיט די סתּירות, װאָס װױנען אין אונדז? װי נאָך װאָלטן מיר דען געקענט מאַכן דעם אָנשטעל, אַז מיר לעבן גליקלעך צװישן פֿרעמדע און פֿאָרט נאָך אַלץ פֿאַרבלײַבן אין אונדזער אײגענער, אײן–און–אײנציקער אומצופֿרידנקײט?‟
די צװײטע מעשׂה, „שטאַרבן איז אױף העברעיִש‟, איבערגעזעצט דורך שלמה לערמאַן און ברוריה װיגאַנד, הײבט זיך אָן מיטן פּלוצעמדיקן טױט פֿון אַ רײַכן מעקסיקאַנער לעדער–פֿאַבריקאַנט. כּל–זמן ער האָט געלעבט, האָט ער זיך געהאַלטן װײַט פֿון ייִדישקײט, אָבער איצט װיל מען אים מאַכן אַ פֿולע ייִדישע לװיה. סטאַװאַנס רופֿט דאָס דאָזיקע װערק אַ „תּקופֿה–דראַמע, װאָס איז געבױט בעיקר אױף דיאַלאָג.‟ אין מעקסיקע האָט מען אױפֿן סמך פֿון דער דאָזיקער מעשׂה געמאַכט אַ פֿילם–קאָמעדיע, װאָסער ענגלישער נוסח הײסט „מײַן מעקסיקאַנער שיבֿעה‟ (דאַכט זיך, אַזאַ מין טיטל װאָלט בעסער צוגעפּאַסט אױך פֿאַר דער ייִדישער איבערזעצונג). די דיאַלאָגן פֿירט מען נאַטירלעך אױף שפּאַניש, און כּדי צו באַטאָנען דעם מעקסיקאַנער קאָלאָריט איז דער טעקסט באַפֿעפֿערט מיט שפּאַנישע װערטלעך. דער גראָטעסקער עפֿעקט פֿון דער מעשׂה מיט דער לװיה און שיבֿעה װערט פֿאַרשטאַרקט דורך דעם, װאָס די האַנדלונג קומט פֿאָר אין דער געשפּאַנטער פּאָליטישער אַטמאָספֿער בעת די פּרעזידענטישע װאַלן אין מעקסיקע.
די דריטע מעשׂה, „דער פֿאָטאָקאָפּירניק‟, דערצײלט װעגן אַן אױסטערלישן פּעררסאָנאַזש, װאָס פֿאַרנעמט זיך מיט גנבֿענען זעלטענע ספֿרים פֿון ביבליאָטעקן כּדי צו מאַכן פֿאָטאָקאָפּיעס און דערנאָך זײ פֿאַרברענען אינעם ניו–יאָרקער ריװערסײַד–פּאַרק. ער האָט געגלױבט, אַז עס איז אַן עבֿירה איבערצולאָזן די הײליקע ייִדישע ספֿרים אין רשות פֿון טריפֿענע װעלטלעכע אינסטיטוציעס. „די קאָפּיעס זענען די אײנציקע חפֿצים, װאָס ער פֿאַרגעטערט‟. פֿון יעדער קאָפּיע, װאָס ער האַלט בײַ זיך, נעמט ער אַרױס אײן זײַטל װי אַ סימן פֿון דעם, װאָס אונדזער אַלװעלט פֿאַרמאָגט ניט קײן שלימותדיקײט.
„דער פֿאָטאָקאָפּירניק‟, אַ מין כּבֿוד–אָפּגעבן דעם באַרימטן אַרגענטינער שרײַבער כאָרכע לויִס באָרכעס, קען אפֿשר דינען װי אַ שליסל צו די ערשטע צװײ. עס גײט דאָ אין מענטשלעכע פּרוּװן צו רעכט צו מאַכן די װעלט דורך אַ ראַדיקאַלער אַקציע, װאָס איז קעגן דעם שׂכל–היושר. אױף זײַן אײגענעם אופֿן איז יעדער העלד אַן אַנאַרכיסט, װאָס בונטעװעט זיך קעגן דעם הערשנדיקן סדר–העולם. אין דעם זין לאָזן זיך אָט די ייִדישע איבערזעצונגען באַטראַכטן אױך װי אַ מין פּראָטעסט קעגן דעם העגעמאָנישן סטאַטוס פֿון ענגליש װי די װעלטשפּראַך.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO