Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּאַנפּסיכיזם ווי אַ צוגאַנג צו ייִדישקייטPanpsychism as an approach to Judaism

ווי בודיזם און דזשייניזם, באַטראַכט די ייִדישע מיסטישע טראַדיציע דעם שׂכל אָדער שׂכלדיקייט ווי אַ פֿונדאַמענטאַלן יסוד פֿונעם וועזן.

נישט לאַנג צוריק האָט מיך די אַסאָציאַציע פֿון לאָגיק און רעליגיע פֿאַרבעטן אויף אַ וועבינאַר, געווידמעט די טעמעס פֿון פּאַנענטעיִזם און פּאַנפּסיכיזם. די לעקציע האָט געפֿירט דער אינדיש־אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר פּורושאָטאַמאַ בילימאָריאַ. די טעמע האָט אַ שײַכות צו קבלה, חסידות און, ממילא, ייִדישקייט בכלל. מע האָט מיך פֿאַרבעטן אויפֿן וועבינאַר, ווײַל איך האָב געשריבן אַ צאָל אַרטיקלען וועגן שײַכותדיקע טעמעס.

ד״ר בילימאָריאַ איז אַן אויסטראַליש־אַמעריקאַנער דענקער, וואָס שטאַמט פֿון אינדיע. ער האָט אָנגעשריבן אַ גאַנצע ריי ביכער וועגן דער אינדישער פֿילאָסאָפֿיע; דעם פּאָסט־קאָלאָניאַלן מצבֿ פֿון אינדיער אין אויסטראַליע; ווי אויך גלאָבאַליזאַציע, עקאָלאָגיע, געשלעכט־שטודיעס און אַנדערע סאָציאָלאָגישע ענינים. בילאַמאָריאַ האָט אויך געגרינדעט און רעדאַגירט הײַנט אַ צאָל פֿילאָסאָפֿישע זשורנאַלן, וואָס שטעלן אַ טראָפּ אויף צווישן־רעליגיעזע און רעליגיעז־פֿילאָסאָפֿישע פֿאָרשונגען.

דער מער באַקאַנטער טערמין פּאַנטעיִזם מיינט די שיטה – ריכטיקער, אַ גאַנצע ריי ענלעכע שיטות – לויט וועלכער גאָט און דער אוניווערס איז איינס און דאָס זעלביקע. אָפֿטמאָל ווערט אַזאַ געדאַנקען־גאַנג אַסאָציִיִרט מיטן פֿילאָסאָף ברוך שפּינאָזע.

אין דער אמתן, איז פּאַנטעיִזם אַ סך עלטער; די אוראַלטע אָרפֿיקער, אַ באַקאַנטע מיסטיש־פֿילאָסאָפֿישע גרופּע, וואָס האָט געבליט בײַ די גריכן מיט 2,500 יאָר צוריק, האָט שוין געהאַט אַ פּאַנטעיִסטישן טעם און בפֿירוש באַנוצט דאָס וואָרט „פּאַן‟ („אַלץ‟) צו באַשרײַבן זייער גאָט. נאָך ברייטער זענען פּאַנטעיִסטיש־געשטימטע מחשבֿות פֿון קדמונים אָן פֿאַרשפּרייט אין ווײַט־מיזרחדיקע טראַדיציעס. געוויסע שטראָמען אין קבלה קאָן מען אויך כאַראַקטעריזירן ווי פּאַנטעיִסטישע.

פּאַנענטעיִזם איז אַ שיטה, לויט וועלכער אַלץ שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ געטלעכע אַנטפּלעקונג, הגם דער אייבערשטער בלײַבט העכער פֿונעם גשמיותדיקן אוניווערס און אַפֿילו רוחניותדיקע וועלטן. אַזאַ געדאַנקען־גאַנג איז דער הויפּטשטראָם אין קבלה און חסידות, ווי אויך אין סופֿיזם און אינעם פּראַוואָסלאַוונעם קריסטנטום. אָפֿטמאָל ווערט פּאַנענטעיִזם בײַ ייִדן אויסגעדריקט מיט דער באַוווּסטער פֿאָרמולע „אין עוד מלבֿדו‟ – „ס׳איז נישטאָ קיין גאָרנישט, אַחוץ אים (דעם רבונו־של־עולם)‟.

לויט פּאַנפּסיכיזם, איז דער שׂכל אָדער באַוווּסטזײַן נישט נאָר אַ ספּעציפֿיש מענטשלעכע אייגנשאַפֿט, נאָר די טבֿע פֿונעם גאַנצן וועזן. אַ שטיין און אַפֿילו אַ באַזונדערער אַטאָם צי עלעקטראָן טראָגט אין זיך אַ קליינע מאָס שׂכלדיקייט. ווען אַ סך אַטאָמען פֿאַרבינדן זיך איינער מיטן צווייטן אין אַ געוויסן גאָר קאָמפּליצירטן אופֿן אינעם מענטשלעכן מוח, ווערט זייער קומולאַטיווער כּמו־שׂכל פֿאַרוואַנדלט, בסך־הכּל, אינעם עכטן שׂכל פֿונעם מענטש.

אונדזער אייגענע עקזיסטענץ איז דער קלאָרסטער באַווײַז, אַז אינעם אוניווערס איז פֿאַראַן אַ שׂכל – אונדזער אייגענער מענטשלעכער שׂכל. צי מע זאָל אים באַטראַכטן ווי אַ געטלעכן גאָב פֿון אויבן, צי ווי אַ נאַטירלעכן טייל פֿון דער נאַטור, קאָן דער דאָזיקער פּשוטער פֿאַקט דינען ווי דער ערשטער שטאַפּל אין אונדזערע זוכענישן פֿון די העכערע שׂכל־מדרגות – קודם־כּל, אינעווייניק, אין די טיפֿענישן פֿון אונדזער אייגן באַוווּסטזײַן און אומבאַוווּסטזײַן.

אַזאַ צוגאַנג שיידט זיך אויך אונטער פֿון דער הומאַניסטישער פֿילאָסאָפֿיע, וואָס שטעלט דעם טראָפּ אויפֿן מענטשן. פּאַנפּסיכיזם באַטאָנט די שׂכלדיקייט און באַוווּסטזיניקייט אין אַלגעמיין, ווי אַ קאָסמישן איבערמענטשלעכן פֿאַקט. די עקאָלאָגישע סבֿיבֿה אַרום אונדז אַנטווילקט זיך אויך לויט אַ געוויסער לאָגיק און דער גאַנצער אוניווערס קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ מין ריזיקער קאָמפּיוטער, וואָס פֿירט אויס זײַן אייגענע קאָמפּליצירטע פּראָגראַם. אַזוי האַלטן טאַקע אַ ריי אָנגעזעענע פֿיזיקער – למשל, דער נאָבעל־לאַורעאַט געראַרד האָפֿט.

דאָ האָב איך אויסגעדריקט מיט מײַנע אייגענע ווערטער דעם עצם־געדאַנק פֿון פּאַנפּסיכיזם. בילאַמאָריאַס לעקציע איז געווען אָנגעשטאָפּט מיט ספּעציפֿיש אינדישער טערמינאָלאָגיע און קאָמפּליצירטע סכעמעס – אין אַ גרויסער מאָס פֿון דזשייניזם – איינע פֿון די קלאַסישע אינדישע רעליגיעס.

אַזאַ פֿילאָסאָפֿישע שיטה דערמעגלעכט צו פֿאַרבינדן אויף אַ פּראָדוקטיוון אופֿן די וויסנשאַפֿט, פּסיכאָלאָגיע, רעליגיע און מיסטיציזם. על־פּי קבלה, שטעלט דער גאַנצער אוניווערס טאַקע מיט זיך פֿאָר אַ מין קאָמפּיוטער, וואָס האַלט אין איין קאָמבינירן פֿון ס׳נײַ די קאָסמישע „אותיות‟. אינעם 14טן יאָרהונדערט האָט רבי אלעזר רוקח, איינער פֿון די וויכטיקסטע אָבֿות־פֿיגורן אין דער מיטל־עלטערלעכער אַשכּנזישער טראַדיציע, טעאָרעטיש באַטאָנט, אַז כּדי צו שאַפֿן דעם לעגענדאַרן גולם, אַ קינסטלעכן כּמו־מענטש, מוז דער מקובל איבערציילן אַלע מעגלעכע אותיות־קאָמבינאַציעס. אין זײַנע ווערק ברענגט ער קאָמפּליצירטע פּראָצעדורן פֿון צירופֿי־אותיות, וואָס דערמאָנען טאַקע אין דער הײַנטיקער קאָמפּיוטערײַ.

פֿון דער צווייטער זײַט, עקזיסטירט די גאַנצע וועלט, לויטן קלאַסישן חסידישן פּאַנענטעיִזם, ווי אַ מין חלום אינעם באַשעפֿערס מחשבֿה. אויב מיר זעען, צום בײַשפּיל, אַ בלימל אין אַ חלום, בלײַבט ער פֿאָרט אַ טייל פֿון אונדזער שׂכל. דאָס ווײַזט, אַז די גרענעצן צווישן דעם באַוווּסטזיניקן סוביעקט און ניט־באַוווּסטזיניקן אָביעקט זענען רעלאַטיוו. אין חסידות שפּילט אַ גרויסע ראָלע דאָס געטלעכע חיות, לעבעדיקייט, וואָס שטעקט אין אַבסאָלוט אַלע זאַכן, אַפֿילו אין אַ זאַמדעלע.

אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, גלייב איך אַז דער פּאַספּסיכיסטישער דרך־המחשבֿה קאָן דינען ווי אַ יסוד פֿון אַן אַחריותדיקער עטישער פֿילאָסאָפֿיע, פֿונעם תּיקון־עולם. אויב מיר זענען די הויפּטטרעגער פֿונעם אַלגעמיינעם קאָסמישן שׂכל אויף אונדזער פּלאַנעט, מוזן מיר זיך באַציִען יושרדיק איינער מיטן צווייטן – ווי אויך צו די באַשעפֿענישן און בכלל דער גאַנצער אַרומיקער נאַטור. און דאָס איז, אַוודאי, זייער אַ ייִדישלעכער געדאַנק.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.