פֿונדאַציע זוכט פּראָיעקטן וואָס מוטיקן רעדן און שרײַבן אויף ייִדישFoundation seeks projects boosting speaking, writing in Yiddish
אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט די בנימין שעכטער־פֿונדאַציע געשטיצט ייִדיש־קלאַסן, לערנביכער און צוזאַמענפֿאָרן וווּ מע רעדט בלויז אויף ייִדיש
די פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור א״נ בנימין שעכטער נעמט איצט אָן אַפּליקאַציעס אויף סובסידיעס פֿאַר גוט דורכגעקלערטע פּראָיעקטן וואָס מוטיקן דאָס אַקטיוו רעדן, לייענען און שרײַבן אויף ייִדיש.
פּראָיעקטן וואָס די פֿונדאַציע האָט ביז איצט געשטיצט נעמען אַרײַן: אָנלײַן־ייִדיש־קלאַסן, צוזאַמענפֿאָרן אויף וועלכע מע רעדט בלויז ייִדיש, ווערטערביכער און לערנביכער.
די סובסידיעס באַטרעפֿן צווישן 800 און 2,000 דאָלאַר. דער טערמין אויף צו דערלאַנגען אַפּליקאַציעס איז נישט שפּעטער פֿון דינסטיק, דעם 10טן מײַ 2022.
אַלע אַפּליקאַציעס דאַרפֿן זײַן אָנגעשריבן אויף ייִדיש און אַרײַננעמען די ווײַטערדיקע אינפֿאָרמאַציע:
• אַ קיצור פֿונעם פּראָיעקט
• די נעמען און קורצע ביאָגראַפֿיעס פֿון די יחידים וועלכע באַטייליקן זיך אינעם פּראָיעקט
• אַ בודזשעט, אַרײַנגערעכנט אַנדערע קוואַלן בײַ וועלכע מע האָט געבעטן פֿאָנדן
• אַנדערע סובסידיעס וואָס מע האָט שוין באַקומען פֿאַר דעם פּראָיעקט
• די געמאָנטע סומע
אַפּליקאַציעס וואָס האָבן אין זיך נישט די אויבן דערמאָנטע פּרטים קער מען נישט באַטראַכטן.
זײַט אַזוי גוט, שיקט אַרײַן אײַער אַפּליקאַציע נישט שפּעטער פֿונעם 10טן מײַ 2022, אויפֿן אַדרעס rukhls@gmail.com, מיט דער טעמע־שורה: בנימין שעכטער־פֿונדאַציע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO