Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿאַרגעסענע סודות וועגן אַמאָליקן ירושלים אין דרום־אַמעריקעForgotten secret about the former Jerusalem of South America

די רציחות פֿון די גאַוטשאָס אויף די ערשטע ייִדישע קאָלאָניסטן זײַנען אױסגעמעקט געװאָרן אין דער אָפֿיציעלער געשיכטע פֿון ייִדן אין אַרגענטינע.

Javier Sinay

Murders of Moisés Ville: The Rise and Fall of the Jerusalem of South America

(Translated by Robert Croll)

Restless Books (2022), 288 pp.

––––––––––––––––––

אינעם בוך „די מאָרדן פֿון מאָזעסװיל: דער אױפֿקום און די ירידה פֿונעם ירושלים פֿון דרום–אַמעריקע‟ נעמט דער שרײַבער כאַװיער סיני (סינײַ) אױף זיך די ראָלע פֿון אַ היסטאָרישן דעטעקטיװ װעלכער פֿאָרשט אױס אַ פֿאַרברעכן, װאָס איז געשען מיט עטלעכע דורות צוריק. דאָס בוך געהערט צו דער נײַער שיטה אין דער פּאָפּולערער ייִדישער היסטאָרישער ליטעראַטור.

אין פֿעברואַר האָב איך געשריבן װעגן דעם זשורנאַליסט װײן האָפֿמאַנס בוך, „דער סוף אירער‟ וווּ ער פּרוּווט לײזן דאָס רעטעניש פֿונעם מאָרד פֿון זײַן עלטער-באָבע אין װיניפּעג אין 1913. סיניס בוך נעמט דעם לײענער אינעם קעגנאיבערדיקן עק פֿון די אַמעריקאַנער קאָנטינענטן, די פּאַמפּאַס פֿון אַרגענטינע. אים האָט פֿאַראינטערעסירט דאָס אַרטיקל פֿון זײַן עלטער-זײדן מיכל הכּהן סיני, „די ערשטע ייִדישע קרבנות אין מאָזעסװיל‟, װאָס איז דערשינען אינעם פֿערטן נומער פֿון אַרגענטינער ייִװאָ–שריפֿטן אין 1953. דאָס אַרטיקל הײבט זיך אָן: „דער אױפֿבױ פֿונעם ערשטן ייִדישן אַגראַר־ייִשובֿ אין אַרגענטינע — מאָזעסװיל — האָט געקאָסט אַ סך בלוט, און די ייִדישע פּיאָנערן–קאָלאָניסטן האָבן דעם דאָזיקן בלוט–אָפּצאָל געמוזט געבן.‟ סיני ציטירט די דאָזיקע װערטער פֿונעם ייִדישן מקור און גיט צו: „און איך פֿאַרשטײ גאָרנישט.‟ פֿון דעם הײבט זיך אָן זײַן זוכעניש פֿון זײַנע װאָרצלען דורך די פֿאַרשװיגענע און פֿאַרגעסענע עפּיזאָדן פֿון דער אַרגענטינער ייִדישער געשיכטע.

דער עלטער–זײדע מיכל סיני איז געװען אַ זשורנאַליסט װאָס האָט רעדאַקטירט די ייִדישער צײַטונג „דער װידערקול‟. זײַן אוראײניקל כאַװיער האָט ניט געקענט לײענען קיין ייִדיש און זײַנע קענטענישן פֿון דער ייִדישער געשיכטע זײַנען געװען קנאַפּע. דער אינטערעס צום עלטער–זײדנס שריפֿטן האָט אים געשטױסן זיך צו לערנען ייִדיש און די געשיכטע פֿון ייִדישע ייִשובֿים אין אַרגענטינע.

עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דער „אָפֿיציעלער‟ נוסח פֿון דער אַרגענטינער געשיכטע, אַז די אימיגראַנטן, װאָס זײַנען געקומען פֿון אַלע פֿיר עקן פֿון דער װעלט, זײַנען געווען גליקלעך, איז טאַקע ניט קײן ריכטיקער. די אמתע געשיכטע פֿון דער ייִדישער אימיגראַציע האָט געהאַט טראַגישע זײַטן. אַ צאָל פֿון די ערשטע אימיגראַנטן, װאָס זײַנען געקומען פֿון רוסלאַנד סוף-19טן יאָרהונדערט, זײַנען ברוטאַל דערמאָרדעט געװאָרן דורך די אָרטיקע גאַוטשאָס. די דאָזיקע גאַוטשאָס זײַנען געװען פֿרײַע פֿיכט–טרײַבער און האָבן געהאַלטן די אַגראַר–קאָלאָניזאַציע פֿאַר אַ סכּנה פֿאַר זײער פּרנסה און לעבן־שטײגער.

די ערשטע גרופּע ייִדישע קאָלאָניסטן זײַנען געקומען קײן אַרגענטינע פֿון דער אוקראַיִנער פּראָװינץ פּאָדאָליע סוף–1880ער יאָרן. די ערשטע פּאָר יאָרן אינעם נײַעם לאַנד זײַנען פֿאַר זײ געװען ביטערע. לכתּחילה האָט מען זײ אָפּגענאַרט מיט געלט, און דערנאָך האָט מען זײ געלאָזט אױף הפֿקר אין מיטן פֿון דער װילדער פּאַמפּאַ. ערשט אין עטלעכע יאָר אַרום, אָנהײב-1890ער יאָרן, װען דער ייִדישער גבֿיר באַראָן מאָריס (משה) דע הירש האָט זיך אונטערגענומען צו שטיצן ייִדישע אַגראַר–קאָלאָניזאַציע, איז דאָס לעבן אין די קאָלאָניעס געװאָרן אַ ביסל בעסער אָבער װײַט ניט זיכערער. דאָס יאָר 1892, שרײַבט סיני „איז געװען דאָס בלוטיקסטע אין דער גאַנצער געשיכטע פֿון מאָזעסװיל.‟

די באַריכטן װעגן די הריגות און רױבערײַ, װאָס די גאַוטשאָס האָבן אָפּגעטאָן אין די ייִדישע קאָלאָניעס, זײַנען פֿאַרבליבן באַגראָבן אין די צײַטונגען פֿון יענער תּקופֿה, בפֿרט אינעם „װידערקול‟. אַ היפּשער טײל פֿון דער ביבליאָטעק און די אַרכיװן פֿונעם אַרגענטינער ייִװאָ איז צעשטערט געװאָרן אינעם טעראָריסטישן אַטאַק אויפֿן ייִדישן קהילה–צענטער „אַמיאַ‟ אין בוענאָס–אײַרעס דורכגעפֿירט פֿון כעזבאָלאַ אין 1994. אַזױ אַרום זײַנען אין סיניס בוך איבערגעפֿלאָכטן געװאָרן צװײ טראַװמאַטישע סיפּורי–המעשׂה, די רציחות אין די קאָלאָניעס אין די 1890ער יאָרן און די צעשטערונג פֿון די ייִדישע קולטורעלע אינסטיטוציעס און אַרכיװן אין בוענאָס–אײַרעס מיט הונדערט יאָר שפּעטער.

אין אַ פּאָר קאַפּיטלעך דערצײלט סיני װעגן זײַן אײַנדרוק פֿון באַזוכן די אַמאָליקע ייִדישע קאָלאָניעס, װוּ עס װױנען נאָך אַלץ עטלעכע צענדליקער ייִדישע תּושבֿים. אָבער קײן שפּורן פֿון דער ערשטער בלוטיקער תּקופֿה האָט ער ניט אַנטדעקט, ניט אין די פּראָװינציעלע אַרכיװן און ניט אינעם אָרטיקן מוזײ: „די דאָזיקע געשיכטע, דאַכט זיך, האָט ניט קײן טיפֿע װאָרצלען אין דעם זכּרון פֿון מאָזעסװיל.‟ אַפֿילו אינעם בית–עולם געפֿינען זיך קוים סימנים פֿון אַן אָנדענק אין שײַכות מיט די קרבנות פֿון די רציחות.

בשעת זײַנע פֿאָרשונגען אינעם פֿאַרשװיגענעם עבֿר פֿון די ייִדישע קאָלאָניעס האָט סיני אַנטדעקט אײן פֿאַרװאָרלאָזטן היסטאָרישן אוצר — די ייִדישע שפּראַך און קולטור. דאָס איז געװען דער אײנציקער „באַגאַזש‟, װאָס זײַן עלטער–זײדע מיכל האָט מיטגענומען װען ער האָט פֿאַרלאָזט מאָזעסװיל און זיך אַריבערגעצױגן קײן בוענאָס–אײַרעס אין 1898. צו יענער צײַט האָט די אַרגענטינער הױפּטשטאָט שױן געהאַט אַ ייִדישע געגנט. איר תּושבֿים זײַנען געװען אָרעמע אַרבעטער און פּעדלערס, װי אױך אַ פּאָר הונדערט הענדלער מיט די פֿרױען פֿאַר די שטאָטישע שאַנדהײַזער. כאַװיער סיני שרײַבט: „װאָס װאָלט איך געטאָן, װען איך װאָלט געקענט ׳צוריקפֿאָרן׳ אין אַן אַנדער תּקופֿה און אָנגעקומען אין בוענאָס–אײַרעס אין פֿעברואַר פֿון 1898, װי מיכל?‟ ער נעמט דעם לײענער אױף אַ היסטאָרישן שפּאַציר איבער די ייִדישע גאַסן פֿון דער שטאָט, װוּ ייִדן זײַנען דעמאָלט געװען „די סאַמע פֿרעמדע צװישן די פֿרעמדע‟. אַ היפּשע צאָל פֿון די נײַע ייִדישע תּושבֿים פֿון בוענאָס–אײַרעס זײַנען געװען פּליטים פֿון די קאָלאָניעס, װאָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דלות, גװאַלד און דער פּעסימיסטישער שטימונג, װאָס האָט דאָרט געהערשט.

דעם עלטער–זײדנס אַרטיקל אינעם אַלטן ייִדישן זשורנאַל האָט ניט נאָר געמוטיקט זײַן אוראײניקל צו פֿאָרשן דעם עבֿר פֿון זײַן משפּחה און דעם גאַנצן ייִדישן ציבור. די שטודיעס האָבן אים געבראַכט צו אַ װיכטיקער מסקנא: „עס זײַנען דאָ פֿאַרשײדענע אופֿנים פֿון רעקאָנסטרויִרן דעם עבֿר: דורך זכרונות אָדער דורך דאָקומענטן.‟ ס׳קען זײַן, אַז זײַן עלטער–זײדע מיכל האָט טאַקע מגזם געװען דעם פֿאַרנעם פֿון די רציחות אין די ייִדישע קאָלאָניעס, אָבער ער האָט פֿאַרפֿיקסירט דעם שרעק, װאָס איז געװען אַ טײל פֿונעם טאָג–טאָגלעכן לעבן פֿונעם ערשטן דור ייִדישע אימיגראַנטן אין אַרגענטינע.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.