באַטייליקט זיך אינעם דריטן סדר פֿון קולטור־קאָנגרעסTake part in the Third Seder of the Congress for Jewish Culture
באַטייליקטע וואָס ווילן פֿאָרלייענען אַ ייִדישן אויסצוג פֿון דער הגדה זאָלן לאָזן די אָרגאַניזאַטאָרן וויסן דורך בליצפּאָסט.
זונטיק, דעם 17טן אַפּריל, 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס, בשותּפֿות מיטן אַרבעטער רינג, אָנפֿירן מיט אַ ווירטועלן דריטן סדר, אין וועלכן די צוקוקער קענען זיך אויך קענען באַטייליקן.
אין איינעם וועט מען דורכלייענען און זינגען די לידער פֿון דער ייִדיש־שפּראַכיקער הגדה אַרויסגעגעבן פֿונעם אַרבעטער רינג. די טראַנסמיסיע וועט דורכגעפֿירט ווערן דורך זום און פֿייסבוק לײַוו.
די וועלטלעכע ייִדיש־שפּראַכיקע הגדה פֿונעם אַרבעטער רינג איז שוין כּמעט הונדערט יאָר לאַנג אַ טראַדיציע בײַ אַ סך ייִדישע משפּחות — סײַ בײַ וועלטלעכע סדרים, סײַ בײַ טראַדיציאָנעלע סדרים וווּ זי איז אַ צוגאָב צו דער אוראַלטער לשון־קודשדיקער הגדה. כּדי צו לייענען אַ ביסל וועגן דער געשיכטע פֿון דער הגדה, גיט אַ קוועטש דאָ.
בײַם רעגיסטרירין זיך בעט מען די באַטייליקטע זיי זאָלן מקיים זײַן די באַקאַנטע פּסחדיקע מיצווה פֿון מעות־חיטין (געבן אַ בײַשטײַער פֿאַר אָרעמע־לײַט): שענקען 18$ צו העלפֿן שטיצן די פּליטים פֿון דער מלחמה אין אוקראַיִנע. די בײַשטײַערס וועט מען זיי איבערשיקן דורך „הײַאַס‟.
כּדי זיך צו רעגיסטרירן, גיט אַ קוועטש דאָ אָדער שרײַבט אַ בליצבריוו צו [email protected] , צוגעבנדיק אַז דאָס בריוול און דער בײַשטײַער זענען פֿאַרן סדר.
אויב איר זענט גרייט פֿאָרצולייענען אַ ייִדיש ליד אָדער קורצן טעקסט פֿון דער הגדה, זײַט אַזוי גוט און לאָזט וויסן די אָרגאַניזירער דורכן שיקן זיי אַ בליצבריוו צו [email protected].
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO