ווידעאָ: ייִדישע קונסטלידער געזונגען פֿון סאַשאַ לוריאVIDEO: Yiddish art songs performed by Sasha Lurje
מע האָט לעצטנס צוגעפּאַסט מוזיק צו אַ צאָל לידער פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און זישא לאַנדוי.
אַ ווירטועלן קאָנצערט פֿון נײַ־געשאַפֿענע ייִדישע קונסטלידער, „האַרצשטערן‟, קען מען איצט זען און הערן אויף יו־טוב. די לידער ווערן געזונגען דורך סאַשאַ לוריא און עס באַגלייט זי אויף דער פּיאַנע יהושע קאַמפּ.
צווישן די פּאָעטן וואָס מע האָט צוגעפּאַסט מוזיק צו זייערע ווערק זענען אַבֿרהם סוצקעווער, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און זישא לאַנדוי.
דער נאָמען פֿון קאָנצערט, „האַרצשטערן‟, איז אויך דער טיטל פֿונעם ערשטן ליד אינעם קאָנצערט, וואָס דעם טעקסט האָט אָנגעשריבן פֿיליפּ אַמאָן און די מוזיק — אָליוויע מילהאַוד. אָט איז דער טעקסט פֿון ליד:
האַרץ־שטערן, מײַן ביטערער האַרץ־שטיין
אָטעם־שטערן, מײַן שווערער אָטעם־שטיין
נשמה־שטערן, מײַן ליכטיקסטער נשמה־שטיין
וויפֿל ביטער־שטערן מוז איך עסן ביז הימל־שטערן פֿאַרגעבן?
וויפֿל שטערן־טויטן מוז איך שטאַרבן איידער איך מעג ווידער אָטעמען שטערן?
דעם ביטער־שטערן וויל איך עסן,
דעם שטערן־טויט וויל איך שטאַרבן.
זאָג זשע מיר, מײַן תּפֿֿילה־שטערן,
זאָג זשע מיר, מײַן תּפֿֿילה־שטיין,
ס’זענען פֿאַראַן אױפֿן הימל רחמנות־שטערן?
ס’זענען פֿאַראַן אונטערן הימל רחמנות־שטיינער?
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO