Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

כאַרקעװער טאָגבוך: רעפּאָרטאַזש פֿון אַן אוקראַיִנער שרײַבערKharkiv diary: Impressions of a Ukrainian writer

דער אוקראַיִנער שרײַבער און פּאָעט סערהײ זשאַדאַן באַשרײַבט דעם מוט פֿון די אוקראַיִנער, נישט געקוקט אויף די רוסישע באָמבאַרדירונגען.

פֿון דער רעדאַקציע:

סערהײ זשאַדאַן, אַן אָנגעזעענער אוקראַיִנער שרײַבער און פּאָעט, טײלט זיך יעדן טאָג מיט זײַנע הירהורים בימי מלחמה אויף פֿייסבוק.

שלום בערגער און פֿיליפּ שװאַרץ זענען אַזוי גערירט געוואָרן פֿון זשאַדאַנס באַריכטן אַז זיי האָבן איבערגעזעצט צוויי אויסצוגן אויף ייִדיש. שװאַרץ, אַ גראַדויִר־סטודענט אין ייִדישער געשיכטע, האָט פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט אין אוקראַיִנע, אַרבעטנדיק אין אַ הילפֿס־אָרגאַניזאַציע פֿאַר מלחמה־פּליטים. בערגער איז געװען אין קיִעװ צװײ חדשים לאַנג אין זומער 1995, װוּ ער האָט זיך באַקענט מיט ייִדישע שרײַבער און פּערזענלעכקײטן פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה.

דעם 23סטן מאַרץ 2022, 9:00 אָװנט

די שטאָט, װאָס האָט איבערגעלעבט אַ שאָק, האָט זיך באַלד געשטעלט אױף די פֿיס און מאַכט איצט אַ געהעריקן װידערשטאַנד קעגן די רוסישע כּוחות, נישט געקוקט דערױף װאָס מע באַשיסט זי יעדן טאָג (אױף אַן אמת — יעדע נאַכט) און נישט געקוקט אויף די שטענדיקע קרבנות — גװאַלדיקע מעשׂיות פֿון מענטשן װאָס זײַנען נישט דערשראָקן געװאָרן און פֿאַרטײדיקן זײער שטאָט, זײער לאַנד, זײער צוקונפֿט.

כ’האָב געשעפּט נחת פֿון די קינדער װאָס האָבן שױן געשפּירט דעם פֿרילינג און פֿאָרן ווידער אין די גאַסן אױף סקוטערס.

הײַנט האָט מען געשפּילט נאָך אַ קאָנצערט אין אײנער פֿון די מעטראָ־סטאַנציעס. מ׳איז אַ ביסל מיד, אָבער בכּלל נישט פֿאַרצװײפֿלט. דאָס לעבן גײט אָן װײַטער, דער עולם טראַכט װעגן דעם מאָרגן.

אַ רויִקן אָװנט אַלעמען. מאָרגן װעלן מיר װידער אױפֿשטײן, אױף אַ טאָג נענטער צו אונדזער נצחון.

זעט דעם אָריגינעלן טעקסט מיטן בילד דאָ.


דעם 24סטן מאַרץ 2022, 3:00 נאָך מיטאָג

אָט איז אַ הױז אין אַ כאַרקעװער הױף אין צענטער שטאָט. אויף דער וואַנט זײַנען דאָ שפּורן פֿון גאַסנשלאַכטן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. די װאַנט קוקט נישט אַרױס צו דער גאַס., און דעריבער האָט קיינער זי נישט רעמאָנטירט זינט די 1940ער יאָרן, און אַזױ שטייט זי נאָך אַלץ.

בײַנאַכט איז נישט װײַט פֿון הויז אַראָפּגעפֿאַלן אַ ראַקעט וואָס מע האָט אַרויסגעשאָסן פֿון אַ רוסישער שיף. איך האָב ערשט גערעדט מיט דער ראַיאָן־אָנפֿירערשאַפֿט. זיי האָבן מיר געוויזן פֿאָטאָס פֿון דער גרוב (פֿאַרשטײט זיך, אַז איך װעל זײ נישט װײַזן). איך מוז זאָגן, אַז די רוסישע פֿאַשיסטן זענען אַ סך אַכזריותדיקער ווי די דײַטשישע. איך פֿאַרשטיי אַז עס האָט נישט קײן טעם צו באַשטימען די מדרגה פֿון אַכזריות, אָבער איך קען זיך נישט פֿאָרשטעלן װי אַזױ מ׳איז בכּוח צו שיסן אױף װױנקװאַרטאַלן. (דאָס איז נישט קײן אַרמיי, דאָס זײַנען מלחמה־פֿאַרברעכער.

זעט דעם אָריגינעלן טעקסט מיטן בילד דאָ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version