Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער קאָנצערט וואָס שלום סעקונדאַ האָט שיִער נישט פֿאַרפֿעלטThe concert that composer Sholom Secunda nearly missed

שלום סעקונדאַ, קאָמפּאָזיטאָר פֿון “בײַ מיר ביסטו שיין”, שרײַבט פֿאַר וואס ער האָט זיך כּמעט נישט באַוויזן אויף אַ קינדער־קאָנצערט פֿון זײַנע לידער

פֿון דער רעדאַקציע:

דעם 26סטן אויגוסט 1971 האָט דער פֿאָרווערטס אָפּגעדרוקט דעם ווײַטערדיקן אַרטיקל פֿון שלום סעקונדאַ, דעם באַקאַנטן קאָמפּאָזיטאָר פֿון שלאַגערס ווי „בײַ מיר ביסטו שיין“ און „דאָנאַ דאָנאַ“. אינעם אַרטיקל דערציילט ער פֿאַר וואָס ער האָט שיִער נישט אַנולירט זײַן פֿאָרן אויף אַ קאָנצערט פֿון זײַנע לידער, פֿאָרגעשטעלט פֿון די קעמפּערס פֿונעם ייִדישיסטישן זומער־לאַגער, קעמפּ המשך.

––––––––––––––––

טעאַטער געשיכטע אין קעמפּ המשך

פֿון שלום סעקונדאַ

באַלד בײַם אָנפֿאַנג פֿון זומער־סעזאָן האָב איך באַקומען אַ בריװ פֿון דעם טאַלאַנטפֿולן זלמן מלאָטעק, מיט אַן אײַנלאַדונג צו באַזוכן קעמפּ „המשך“ סוף יולי. אין דעם לאַנגן בריװ, געשריבן אין ייִדיש, האָט ער מיר דערקלערט, אַז די קינדערלעך אין דעם עלטער פֿון זיבן ביז פֿופֿצען יאָר גרײטן צו אַ פּראָגראַם, װאָס װעט זײַן געװידמעט דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער. ס׳װאָלט געװען פֿון גרױס װיכטיקײט, האָט ער אונטערשטראָכן, פֿאַר די קינדער, װען איך װאָלט געקומען באַזוכן דעם קעמפּ, און זײַן בײַ דער פֿאָרשטעלונג, אין װעלכער עס װעלן אָנטײל נעמען אַלע קינדער.

זײַענדיק זײער באַשעפֿטיקט זומערצײַט האָב איך זיך געשלאָגן מיט דער דעה צי זאָל איך אָננעמען די אײַנלאַדונג צי ניט. ניט קומענדיק צו קײן באַשלוס האָב איך דערװײַל ניט געענפֿערט אױף דעם בריװ. אין מיטן חודש יולי האָב איך באַקומען אַ טעלעפֿאָן פֿון דעם יונגן מוזיקער זלמן, אַז די קינדערלעך װאַרטן מיט אומגעדולד אױף מײַן ענטפֿער װײַל זײ אַרבעטן יעדן טאָג אױף דעם פּראָגראַם „ייִדיש טעאַטער,“ און זײ װאַרטן נאָך מיט מער אומגעדולד אױף מײַן באַזוך.

איך האָב נישט געקענט באַשטײן דעם נסיון און אָנגענומען די אײַנלאַדונג אױף דעם לעצטן פֿרײַטיק אין יולי. אַ קורצע צײַט נאָך דעם טעלעפֿאָן־געשפּרעך איז מײַן פֿרױ געפֿאַלן און האָט געשעדיקט איר קני. איך בין געװאָרן פֿון אַלע גליקן אַ „נוירס“ (קראַנקנשװעסטער) און בין געװען געצװוּנגען צו טעלעפֿאָנירן „קעמפּ המשך“ אַז איך װעל, לײדער, ניט קענען קומען צוליב דעם צופֿאַל פֿון מײַן פֿרױ. מיט דעם האָט זיך געענדיקט דער ערשטער עפּיזאָד.

אַ װאָך שפּעטער האָב איך באַקומען אַ טעלעגראַמע „טעלעפֿאָניש“ פֿון דער װעסטערן יוניאָן סטאַנציע אין מאָונטענדייל. דער אַגענט האָט מיר דערקלערט: אַזױ װי די טעלעגראַמע איז אין אַ פֿרעמדער שפּראַך, קען ער די טעלעגראַמע ניט לײענען נאָר ער װעט ציטירן יעדן בוכשטאַב, װאָס איז געשריבן לױט דעם ענגלישן אַלפֿאַבעט און אױב איך קען די שפּראַך — „איך גלײב עס איז ייִדיש,“ האָט ער צוגעגעבן — װעל איך זיך שױן אַלײן מוזן אָנשטױסן װאָס די װערטער מײנען. אַזױ װי די טעלעגראַמע איז געװען אַ לאַנגע 142 װערטער, האָט דאָס ציטירן גענומען עפּעס איבער אַ שעה צײַט, און דערנאָך האָב איך ערשט אָנגעהױבן צו לײענען די טעלעגראַמע, װי פֿאָלגט:

„חשובער חבֿר סעקונדאַ, מיר פֿאַרשטײן אַז איר קענט אונטער די איצטיקע אומשטענדען ניט זײַן דער ערן־גאַסט אױף אונדזער אָװנט געװידמעט ייִדישן טעאַטער. האָט אָבער קײן פֿאַראיבל ניט אױף אונדז, װען מיר װעלן אײַך איבערגעבן, אַז אונדז פֿאַרדריסט עס ביז גאָר, װאָס דאָס איז געשען. די קינדער האָט מען במשך פֿון דער װאָך דערצײלט װעגן אײַער װיכטיקן בײַשטײַער צו דעם װוּקס פֿון דעם ייִדישן טעאַטער און ייִדישער מוזיק. זײ האָבן זיך אױסגעלערנט אַ צאָל לידער אײַערע, און האָבן זיך געפֿרײט מיט דער געלעגנהײט זײ אױסצוזינגען פֿאַר אײַך. מיר אַלע אין „המשך“ האָפֿן, אַז אײַער פֿרױס לאַגע װעט זיך װאָס אַ טאָג פֿאַרבעסערן.

„אױב ביז פֿרײַטיק אָװנט זעט איר, אַז איר װאָלט אפשר יאָ געקאָנט זײַן בײַ אונדז, װאָלטן מיר באמת זיך געפֿרײט. דעם אױטאָ אונדזערן װאָלטן מיר אײַך צוגעשטעלט װי אײַך װאָלט געװען באַקװעם. מיר פֿאַרבלײַבן מיט די בעסטע חבֿרישע גרוסן,

זלמן מלאָטעק, פֿאַרװאַלטונג און פּערסאָנאַל פֿון קעמפּ „המשך,“ מאַונטענדײל

„נו, װי אַזױ קענסטו אָפּזאָגן די קלײנע קינדערלעך װאָס לערנען זיך זינגען ייִדישע לידער?“ טענהט מיט מיר מײַן פֿרױ. „דו מוזסט גײן. איך װעל זיך שױן אַן עצה געבן.“ אַ שעה שפּעטער קלינגט דער טעלעפֿאָן. דאָס איז חבֿר באַראַן, דער דירעקטאָר פֿון קעמפּ המשך. „חבֿר סעקונדאַ, איר מוזט אָנװענדן אַלע מעגלעכקײטן און ניט אַנטױשן די קלײנע קינדערלעך.“ נאָך דעם טעלעפֿאָן געשפּרעך האָב איך צוגעזאָגט אָנצוּװענדן אַלע מעגלעכקײטן. מיר האָבן זיך אײַנפֿאַרשטאַנען װען דער אױטאָ זאָל קומען, מיך נעמען אין קעמפּ.

שלום סעקונדאַס אַרטיקל אינעם פֿאָרווערטס, דעם 26סטן אויגוסט 1971

פֿרײַטיק אָװנט, צו דער באַשטימטער צײַט בין איך שױן געשטאַנען אין דרױסן פֿון דעם פֿאָדערשטן אַרײַנגאַנג פֿון קאָנקאָרד האָטעל און דער אױטאָ פֿון קעמפּ המשך איז באַלד אָנגעקומען מיט חבֿר באַראַן בײַם רעדל.

דער װעג אין די קעצקיל בערג איז מיר גוט באַקאַנט, װי אױך די לאַנדשאַפֿט אַרום און אַרום. װען מיר זײַנען צוגעפֿאָרן קײן מאַונטענדײל איז מיר די לאַנדשאַפֿט געװאָרן גאַנץ פֿרעמד. אַנדערע געבײַדעס, אַנדערע האָטעלן, אַנדערע געסט און נאָך מער אַנדערע אָנצוגן. איך האָב געמײנט אַז איך האָב פֿאַרבלאָנדשעט אין געגנט פֿון ליובאַװיטשער רבין. די יונגע, פּונקט װי די אַלטע, אין קאַפּאָטעס מיט שטרײַמלעך, שבתדיקע באַקלײדט אױפֿן װעג פֿון שיל. פֿאַר מיר איז דאָס געװען אַ נײַ בילד אין די קעצקילס.

און אָט, זײַנען מיר בײַם טױער פֿון קעמפּ „המשך“ און מיר פֿאָרן אַרײַן. אַלץ איז שטיל. מען זעט קײנעם ניט. װאָס איז אַזױ שטיל? װוּ זײַנען די קינדער?

„די קינדער װאַרטן שױן אױף אײַך, אין אױדיטאָריום,“ האָט חבֿר באַראַן געענטפֿערט. ניט װיסנדיק װאָס עס דערװאַרט מיך האָב איך לאַנגזאַם נאָכגעפֿאָלגט דעם דירעקטאָר. װי מיר זײַנען נאָר צוגעקומען צום אַרײַנגאַנג פֿון אױדיטאָריום האָבן זיך אַלע קינדער אױפֿגעשטעלט און מיט דעם יונגן זלמן מלאָטעק בײַ דער פּיאַנאָ אונטער זײַן לײַטונג מיט אַ פֿײַערדיקער באַגײַסטערונג אָנגעהױבן צו זינגען: „לאָמיר סעקונדאַ באַגריסן.“

איך האָב זיך צוגעהערט װי קלאָר די שטימען האָבן געקלונגען, װי ריטמיש און װי הערלעך אין טאָן. ספּעציעל בין איך באַגײַסטערט געװאָרן פֿון דער רײנער דיקציע, װען 120 קינדערלעך זינגען און קײן אײן זילבע איז ניט פֿאַרלוירן געװאָרן. כאָטש איך בין געשטאַנען װי געפּלעפֿט פֿון דער גרױסער איבערראַשונג האָב איך ניט געקענט אױפֿהערן צו טראַכטן: פֿאַרװאָס קומט ניט אַרױס אַזױ קלאָר די דיקציע בײַ אַ סך פּראָפֿעסיאָנעלע זינגערס?

די קינדער האָבן פֿאַרענדיקט זײער באַגריסונג־ליד און זיך אַװעקגעזעצט אױף זײערע שטעלן און ערשט דאַן אָנגעהױבן אױפֿצונעמען זײער גאַסט מיט װאַרעמע אָפּלאָדיסמענטען. איך בין אַלץ געשטאַנען אַ ביסל צעטומלט און ניט געװוּסט װאָס צו טאָן ביז דער חבֿר באַראַן האָט מיך צוגעפֿירט צו אַ שטול, װאָס איז פֿאַר מיר צוגעגרײט געװאָרן אין מיטן זאַל, צװישן די קינדער.

די פֿאָרשטעלונג האָט זיך אָנגעהױבן מיט אַ נאַראַציע געשריבן פֿון משה ראָזענפֿעלד, סעם קאַזמאַן און מיכל באַראַן (דירעקטאָר פֿון קעמפּ). די גאַנצע נאַראַציע איז געװען געלײענט פֿריִער אין ייִדיש פֿון משה ראָזענפֿעלד און גלײַך אַן איבערזעצונג אין ענגליש פֿון רות באַראַן.

די גאַנצע געשיכטע פֿון ייִדיש־טעאַטער, אָנפֿאַנגענדיק מיט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדן ביז דעם הײַנטיקן טאָג, אילוסטרירט מיט די לידער פֿון יעדער עפּאָכע. די נאַראַציע איז געשריבן געװאָרן מיט גרױס דרך־ארץ פֿאַר דעם טעאַטער און פֿאַר אַלע, װעלכע זײַנען געװען פֿאַראָנטװאָרטלעך פֿאַר דעם גאַנג.

אָט שטײט אױף אַ קלײן מײדעלע, שפֿרה לאָװיט, װעלכע האָט געצױגן די אױפֿמערקזאַמקײט, נאָך אײדער מען האָט זי פֿאָרגעשטעלט, צו זינגען „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען.“ די גאַנצע צײַט פֿון דער נאַראַציע האָט זי רעאַליסטיש רעאַגירט אױף יעדער פּאַסירונג און געזונגען האָט זי מיט דעם חן, געשמאַק און ייִדישן טעם װאָס האָט געװאַרעמט דאָס האַרץ.

עס זײַנען געגעבן געװאָרן סצענעס פֿון „שולמית,“ פֿון „די צװײ קוני־לעמעלס“ מיט דזשעק קאַרטש און משה רוס אין די ראָלעס, אַ סצענע פֿון „די כּישוף־מאַכערין“ פּראַכטפֿול דורכגעפֿירט פֿון משה ראָזענפֿעלד (באָבע יאַכנע) און רות באַראַן (מירעלע).

װען זײ האָבן פֿאַרענדיקט די טעאַטער עפּאָכע איז דער רעשט פֿון פּראָגראַם געװען געװידמעט צו מײַן װײניקײט מיט לידער, װעלכע איך האָב געשריבן פֿאַר דעם טעאַטער, װי אױך פֿאַר די קונסט־לידער פֿון באַרימטע ייִדישע פּאָעטן. הונדערט מיט צװאַנציק נעמען זײַנען צו פֿיל אױסצורעכנען. אָבער יעדעס מײדל און יעדער ייִנגל האָט געזונגען מיט אַ באַזונדערן טעם און געשמאַק. ספּעציעל האָבן זײ אַלע געצויגן די אױפֿמערקזאַמקײט מיט דער געשמאַקער דיקציע פֿון דעם ייִדישן אױסשפּראַך.

צװישן מײַנע לידער, האָט אַ חנעװדיק צװילינג, צװײ שײנע מײדלעך טעכטערלעך פֿון הערשל כאַנין און אײניקל פֿון נחום כאַנין, קערי און דזשעסי, פֿאָרגעטראָגען „בײַ מיר ביסטו שײן.“ זײ האָבן דאָס ליד געזונגען און געטאַנצט מיט עכטן טעאַטראַלן געשמאַק. אַ קאָמפּלימענט קומט שבֿע צוקער פֿאַר דער װוּנדערלעך, עפֿעקטפֿולער און פּאַסיקער כאָרעאָגראַפֿיע.

גאָר שטאַרק באַגײַסטערט האָבן מיר די דעקאָראַציעס, סײַ אינעם זאַל און סײַ אויף דער בינע. איך האָב ניט געקענט גלײבן, אַז דאָס האָבן קינדער געמאָלן. בײַם אַרױסגײן פֿון זאַל האָב איך אױסגעפֿונען, אַז די דעקאָראַציעס האָבן געמאָלט אײַלין רײַזנער, דזשיין קאַרטש און מײַראַ מאַניעװסקי, אמת טאַלענטירטע מײדלעך. באַזונדערע קאָמפּלימענטן קומט רות באַראַן פֿאַר איר זינגען „אײביק“ און מרים בײַרען פֿאַר זינגען מיט דעם עולם „זינג שטיל.“

און איצט קען איך גענונג ניט אָפּלױבן די צװײ יונגע בחורים זלמן מלאָטעק און משה ראָזענפֿעלד. צװײ טאַלענטירטע יונגע לײַט מיט אַ געזונטן חוש פֿאר טעאַטער און באַזונדערע ליבע צו ייִדיש. די צװײ בחורים האָבן קאָאָרדינירט די גאַנצע פֿאָרשטעלונג, רעזשיסירט און אױפֿגעפֿירט.

צום סוף װאָלט איך געװאָלט מאַכן אַ פֿאָרשלאָג צו דער ייִדישר אַקטיאָרן יוניאָן. האַלט אַן אױג אױף די צװײ בחורים! מיר דאַרפֿן זײ! אױך װאָלט איך געװאָלט האָפֿן, אױב מעגלעך בײַ דער צוקונפֿטיקער יערלעכער פֿאָרשטעלונג פֿון דער ייִדישער „טעאַטריקעל אַלײַענס“ און ייִדישער אַקטיאָרן יוניאָן אײַנצולאַדן „די קינדער“ מיט „זײערע דירעקטאָרן,“ זײ זאָלן זײַן אַ װיכטיקע טײל פֿון פּראָגראַם. זײ װעלן װײַזן דעם עולם, אַז ייִדיש טעאַטער האָט אַ קיום, אַז דאָס ייִדישע ליד האָט אַ צוקונפֿט, און װי געשמאַק ייִדישע קינדער קענען זיך אױסלערנען צו רעדן און זינגען ייִדיש. בראַװאָ קעמפּ המשך!

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version