Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איך באַזוך ייִדן סובאָטניקעס אין אוקראַיִנע בעת דער מלחמהVisiting the Jewish Subbotnik sect in Ukraine during the war

כאָטש דער דאָרף דעשקאָוויץ געפֿינט זיך ווײַט פֿון פֿראָנט דערפֿילט מען אומעטום די מלחמה צוליב דער מאָביליזאַציע פֿון די מענער און די אָפֿטע סירענעס.

לויטן ערשטן פֿאַך בין איך אַן עטנאָגראַף — וואָס מע רופֿט אין ענגליש־שפּראַכיקע לענדער „אַ סאָציאַלער אַנטראָפּאָלאָג‟. אין די לעצטע פּאָר יאָרצענדליקער פֿאַרנעם איך זיך צווישן אַנדערס מיט ייִדן סובאָטניקעס, גרים און מתייהדים – אַזעלכע, וואָס האָבן זיך אַליין פֿאַרייִדישט, אָן קיין פֿאָרמעלן גיור – פֿון דער סלאַווישער אָפּשטאַמונג; דאָס רובֿ – אין רוסלאַנד, אָבער אויך אין אוקראַיִנע. אין פֿאַרגלײַך מיט רוסלאַנד זײַנען אין אוקראַיִנע פֿאַראַן אַ סך סובאָטניקעס קריסטן, וואָס האָבן אָנגענומען געוויסע ייִדישע מנהגים, נאָר גלייבן ווײַטער, אַז ישוע פֿון נצרת איז געווען משיח. איך פֿאַרנעם זיך ניט מיט זיי, כאָטש אויך זיי איז מיר אויסגעקומען צו באַגעגענען.

הײַנט זײַנען פֿאַראַן צווישן 15,000 און 20,000 ייִדן סובאָטניקעס איבערן געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

נאָך דעם, ווי רוסלאַנד האָט אָנגעהויבן די פֿולמאַסשטאַביקע מלחמה קעגן אוקראַיִנע, האָב איך באַשלאָסן צו באַזוכן דעם צענטער פֿון די ייִדן סובאָטניקעס אין אוקראַיִנע – דאָס דאָרף דעשקאָוויץ, וואָס געפֿינט זיך אין קאַרפּאַטאָרוס. איך האָב געהאַט דאָרט באַקאַנטע, ווײַל מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך שוין באַזוכט דאָס דאָזיקע דאָרף. ס׳געפֿינט זיך אין געציילטע קילאָמעטערס פֿונעם שטעטל אָרשעווע, וווּ ס’האָט אין 1911 – 1925 געדינט אַלס שטאָטס־רבֿ ר’ יואל טייטלבוים, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן דער סאַטמאַרער רבי.

אַזוי ווי קיין ציווילן אַעראָפּלאַנען־פֿאַרקער איז איצט אין אוקראַיִנע ניט פֿאַראַן, בין איך געקומען צו פֿליִען פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין בודאַפּעשט. פֿון דאָרטן בין איך געפֿאָרן מיט אַ מיניבוס ביז דער אוקראַיִנער גרענעץ. די נסיעה האָט גענומען בײַ אַ פֿיר שעה, אַ ביסל מער איידער דער פֿלוג פֿון ישׂראל קיין אונגאַרן. די גרענעץ בין איך איבערגעגאַנגען צופֿוס. קיין גרויסע ריי אין אוקראַיִנע אַרײַן איז ניט געווען. אין דער פֿאַרקערטער ריכטונג, אין אונגאַרן אַרײַן איז טאַקע יאָ געשטאַנען אַ גאַנץ לאַנגע ריי אויטאָמאָבילן.

אויף דער אוקראַיִנישער זײַט האָב איך זיך אַוועקגעזעצט אין אַן אַנדערן מיניבוס, וואָס איז געפֿאָרן קיין אונגוואַר, דעם אַדמיניסטראַטיוון צענטער פֿון דער טראַנסקאַרפּאַטישער געגנט פֿון אוקראַיִנע. ס’איז געווען שוין גוט נאָך חצות, ווען מיר זײַנען צוגעפֿאָרן צום שטאָט־ראַנד. דאָרט האָבן אונדז אָפּגעשטעלט אוקראַיִנישע סאָלדאַטן, וועלכע האָבן קאָנטראָלירט אונדזערע דאָקומענטן. אַלע אינעם מיניבוס זײַנען געווען אוקראַיִנער. בלויז איך – אַן ישׂראלי. איך רעד אוקראַיִניש גאַנץ נישקשה, אָבער דער פּאַס האָט איינדײַטיק באַוויזן, ווער איך בין. גאַנץ נאַטירלעך איז אַנטשטאַנען די פֿראַגע, צי האָב איך ניט, חוץ דער ישׂראלדיקער, אויך די רוסישע בירגערשאַפֿט.

„ניין,‟ האָב איך געענטפֿערט. „איך בין אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל מיט 32 יאָר צוריק, נאָך אין סאָוועטישע צײַטן. רוסלאַנד האָט דעמאָלט נאָך ניט עקזיסטירט.‟

„ס’וועט קומען אַ טאָג און עס וועט ווידער ניט עקזיסטירן,‟ האָט געזאָגט דער אוקראַיִנישער אָפֿיציר, אומקערנדיק מיר מײַן ישׂראלדיקן פּאַס.

אין אונגוואַר האָט אויף מיר געוואַרט וואָלאָדימיר שמעון, איינער פֿון די מנהיגים פֿון דער קהילה פֿון די ייִדן סובאָטניקעס אין דעשקאָוויץ. ער טראָגט דעם ריין אוקראַיִנישן פֿאַמיליע־נאָמען „פּערעץ‟ („פֿעפֿער‟), וואָס קלינגט גאַנץ ייִדישלעך – ווער ווייסט דען ניט וועגן דעם קלאַסיקער פֿון אונדזער ליטעראַטור יצחק־לייבוש פּרצן?

פּאַן וואָלאָדימיר איז דער הויפּט־כירורג פֿונעם שפּיטאָל אין אָרשעווע. אונטערוועגנס האָט ער מיר דערציילט וועגן דעם, אַז אין דעם קליינעם שפּיטאָל האָט מען לעצטנס אַריבערגעבראַכט פֿונעם פֿראָנט צוואַנציק פֿאַרוווּנדעטע סאָלדאַטן. האָב איך פֿאַרבראַכט אין דעשקאָוויץ עטלעכע טעג.

אויף שבת זײַנען געקומען אַ סך ייִדן סובאָטניקעס, און איך בין אַרויסגעטראָטן פֿאַר זיי אין דער אָרטיקער שיל. מיר האָבן גערעדט וועגן דער סדרה פֿון דער וואָך, וועגן פּורים, וועגן פּלענער עולה צו זײַן קיין ארץ־ישׂראל און אוודאי וועגן דער מלחמה. ווי קאָן מען אָן דעם?

וועלוול טשערנין (לינקס) רעדט שבת אין שיל פֿאַר אַ גרופּע יידן סובאַטניקעס אין דעשקאָוויץ Courtesy of Velvel Chernin

קאַרפּאַטאָרוס איז אַ טיף הינטערלאַנד פֿון אוקראַיִנע. פֿראָנטן, וווּ עס גייען בפֿירוש שלאַכטן קעגן די רוסישע אַגרעסאָרן, געפֿינען זיך פֿון דאָרטן רעלאַטיוו ווײַט. נאָר די מלחמה דערפֿילט מען אומעטום – ניט נאָר פֿאַרוווּנדעטע סאָלדאַטן אין אָרטיקן שפּיטאָל, נאָר אויך אַ סך פּליטים פֿון מיזרחדיקע, דרומדיקע און צפֿון־מיזרחדיקע געביטן פֿון אוקראַיִנע; מאָביליזאַציע פֿון אָרטיקע מאַנצבילן אין אַרמיי; באַוואָפֿנטע פּאַטרולן אויף וועגן; סירענעס פֿון לופֿטשוץ; אַ דוחק פֿון געוויסע סחורות אין אָרטיקע קראָמען און אַ סך אַנדערע זאַכן.

מונקאַטש, וווּ איך האָב געדאַרפֿט נעמען אַ מיניבוס צו דער גרענעץ מיט אונגערן אויפֿן וועג צוריק, האָט מיך באַגעגנט מיט אַ סירענע פֿון לופֿטשוץ. מע האָט געוואַרט אויף אַ ראַקעטן־אַטאַקע מצד די רוסן. נאָר דווקא אין יענער נאַכט איז קיין שום ראַקעטן־אַטאַקע אין קאַרפּאַטאָרוס ניט געווען. ס’איז פּשוט געווען קאַלט – מינוס 12 לויט צעלסיוס און אַ ביסל אומרויִק. נאָר אַ ביסל. איך בין דאָך פֿון ישׂראל. סירענעס פֿון לופֿטשוץ זײַנען פֿאַר מיר גאָר ניט קיין נאָווינע.

איך בין אַוועקגעפֿאָרן פֿון אוקראַיִנע מיט אַ טיפֿער איבערצײַגטקייט, אַז דאָרט גייט איצט אַ מלחמה פֿון בני־אור קעגן בני־חושך, אַז די אוקראַיִנער קעמפֿן קעגן אונדזער געמיינזאַמען שׂונא, וואָס באַדראָט די גאַנצע ציוויליזירטע וועלט. און איך האָב קיין ספֿק ניט, אַז די רוסישע בני־חושך וועלן אומפֿאַרמײַדלעך לײַדן אין דער מלחמה אַ מפּלה.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version