גרויסער ליטווישער פּוסק הרבֿ חיים קאַניעווסקי איז אַוועק צו 94 יאָרRevered Haredi leader Rabbi Chaim Kanievsky has died at 94
הרבֿ קאַניעווסקי האָט שטאַרק געשטיצט די קירובֿ־מוסדות פֿאַר פּאָסט־סאָוועטישע ייִדן
דעם 18טן מאַרץ, שושן־פּורים, איז אין בני־ברק ניפֿטר געוואָרן דער באַרימטער ליטווישער פּוסק הרבֿ שמריהו־יוסף־חיים קאַניעווסקי – אַ ייִד פֿונעם אַלטן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישלאַנד. ער איז געווען 94 יאָר אַלט. הונדערטער טויזנטער ייִדן האָבן זיך זונטיק פֿאַרזאַמלט אויף זײַן לוויה, אַרײַנגערעכנט אַ באַזונדערן גרויסן עולם פֿרויען.
צוויי טעג נאָך זײַן פּטירה האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אויף יוטוב אַ ווידעאָ אין וועלכן זײַן זון, הרבֿ שלמה קאַניעווסקי, גיט איבער אויף ייִדיש אַ צאָל וויכטיקע פּרטים וועגן זײַן טאַטנס לעבן און השפּעה אויף עטלעכע דורות ייִדן.
הרבֿ קאַניעווסקי איז געבוירן געוואָרן אין פּינסק, אינעם יאָר 1928. דעמאָלט איז פּינסק געווען אַ פּוילישע שטאָט, הײַנט איז זי אַ ווײַסרוסישע. די אָרטיקע ייִדן זענען געווען ליטוואַקעס, על־פּי־רובֿ מתנגדים, הגם פֿונעם בשכנותדיקן דערפֿל קאַרלין שטאַמט אַ באַקאַנטע חסידישע דינאַסטיע. קאַרלין איז הײַנט אַ ראַיאָן אין פּינסק – אַ גרויסע שטאָט מיט 125 טויזנט תּושבֿים.
זײַן טאַטע, הרבֿ יעקבֿ־ישׂראל קאַניעווסקי, איז געווען דער באַרימטער סטײַפּלער גאָון – אַ זון פֿון אַן אוקראַיִנישן טשערנאָבילער חסיד, וועלכער האָט אָפּגעלעבט אַ שווער קאָמפּליצירט לעבן. ווען ער האָט, למשל, געדינט אין דער רויטער אַרמיי נאָך דער רעוואָלוציע, האָט ער זיך געגעבן אַן עצה צו היטן שבת כּהלכה, נישט געקוקט אויף דער סכּנה דערשאָסן צו ווערן פֿאַרן נישט פֿאָלגן דעם קאָמאַנדיר.
זײַן מאַמע איז געווען רביצין מרים קאַרעליץ, אַ שוועסטער פֿונעם חזון־איש, ר׳ אַבֿרהם־ישעיהו קאַרעליץ.
ווען דער צוקונפֿטיקער רבֿ איז געווען אַ זעקס־יאָריק ייִנגל איז זײַן משפּחה אַוועקגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל. זינט דעמאָלט האָט ער קיינמאָל נישט פֿאַרלאָזט דאָס הייליקע לאַנד אַפֿילו אויף איין טאָג. אין ארץ־ישׂראל איז ער כּמעט נישט אַרומגעפֿאָרן.
הרבֿ קאַניעווסקי האָט געפֿירט אַ באַשיידן לעבן און געלערנט תּורה כּמעט אַ גאַנצן מעת־לעת. ווי דער שטייגער איז בײַ די ליטווישע תּלמידי־חכמים, האָט ער געווידמעט גאַנצע ספֿרים אויף ריין־טעאָרעטישע טעמעס, וואָס האָבן ווייניק שײַכות צום הײַנטצײַטיקן טאָג־טעגלעכן פֿרומען לעבן: למשל, די הלכות פֿונעם משכּן, בית־המיקדש, עבֿדים (שקלאַפֿן) און כּותים (אוראַלטע ספֿק־ייִדן). אַוודאי, האָט ער אויך באַלויכטן כּלערליי פּראַקטישע ענינים, דער עיקר הלכה. בסך־הכּל, האָט ער אָנגעשריבן צענדליקער ספֿרים, וואָס זענען על־פּיר־רובֿ פֿרײַ פֿון אָפּצאָל און צוטריטלעך אויף דער וועבזײַט Hebrew Books](https://hebrewbooks.org/).
הרבֿ קאַניעווסקי האָט קיינמאָל נישט מורא געהאַט אויסצודריקן דעות, וואָס קענען קלינגען בײַם דרויסנדיקן עולם אויסטערליש און עקסטרעם. למשל, אין 2012 האָט ער געפּסקנט, אַז אַ ייִד טאָר נישט פֿאַרמאָגן קיין סמאַרטפֿאָן; אויב יאָ, מוז ער פֿאַרברענען דים מכשיר און נישט פֿאַרקויפֿן אַפֿילו צו קיין גוי, ווײַל ס׳איז ממש אַ געווער, וואָס פֿאַרברענט די נשמות. שוין אָפּגערעדט, אַז קאַניעווסקי איז געווען אַ פּרינציפּיעלער שׂונא פֿון דער אינטערנעץ. בעת דער מגפֿה פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס, האָט ער געמאָלדן, אַז מע טאָר נישט פֿאַרמאַכן די ישיבֿות. אָבער נאָך דעם ווי ער האָט אַליין איבערגעלעבט די קרענק האָט ער אַזוי שאַרף געהייסן דעם ברייטן עולם זאָל וואַקצינירט ווערן, אַז פֿאַרביסענע קעגנער פֿונעם וואַקצין האָבן אים אַפֿילו געדראָט אומצוברענגען.
אַחוץ דעם תּורה־לערנען און פּסקענען שאלות, האָט קאַניעווסקי כּסדר מקבל געווען מענטשן פּנים־אל־־פּנים. יעדן מענטש האָט ער געגעבן עצות מיט אַ שמייכל און אַ פֿרײַנדלעכן טאָן, אָבער קורץ און שאַרף.
פֿאַר מיר פּערזענלעך אַסאָציִיִרט זיך דער דאָזיקער רבֿ מיט די 1990ער, ווען די אַמעריקאַנער מגידי־שיעור אין דער מאָסקווער ישיבֿה „אָהלי יעקבֿ‟ האָבן באַטראַכט אַלע בעלי־תּשובֿות פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד ווי „רוסישע‟, דהײַנו – פּאָסט־סאָוועטישע. קיינער האָט דעמאָלט נישט געחלומט, אַז אַפֿילו פֿרומע ייִדן פֿון אָט־די לענדער וועלן זיך אַמאָל צעקריגן.
טאַקע ווי אַ תּלמיד אין „אָהלי יעקבֿ‟ אין 1996־1997 האָב איך זיך דערוווּסט וועגן הרבֿ חיים קאַניעווסקי. אין פֿאַרגלײַך מיט דרײַ אַנדערע מאָסקווער ישיבֿות, אָריענטירט אויף די אָרטיקע תּושבֿים, זענען די בחורים אין דער ישיבֿה געקומען, דער עיקר, פֿון אַנדערע מקומות. אַלע ישיבֿות, זענען, פֿאַרשטייט זיך, געווען רוסיש־שפּראַכיקע מיט אַוואַנסירטע שיעורים אויף לשון־קודש. מיט „אָהלי יעקבֿ‟ האָבן אָנגעפֿירט אַמעריקאַנער רבנים פֿון לייקוווּד. נישט ווייניק פֿון די תּלמידים האָבן זיך שפּעטער אָנגעשלאָסן אין דער לייקוווּדער „רוסישער‟ ישיבֿה „טל תּורה‟. אין דער זעלבער צײַט, האָט פֿאַר די פּאָסט־סאָוועטישע מיידלעך פֿונקציאָנירט אַ באַזונדערער צווײַג פֿונעם ירושלימער סעמינאַר „נוה ירושלים‟, וווּ הרבֿ קאַניעווסקיס פֿרוי, רביצין שבֿע־אסתּר קאַניעווסקי (1932 – 2011) האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע.
הרבֿ קאַניעווסקי האָט אויך שטאַרק משפּיע געווען אויף אַנדערע רבנים: סײַ ישׂראלדיקע, סײַ אַמעריקאַנער. אין 2000 האָט הרבֿ יצחק זילבער געגרינדעט אין ירושלים די קירובֿ־אָרגאַניזאַציע „תּולדות ישורון‟ פֿאַר ייִדן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אויפֿן מוסטער פֿון אַזעלכע מוסדות, ווי „אָהלי יעקבֿ‟ און „נוה ירושלים‟. הרבֿ קאַניעווסקי איז געווען איינער פֿון די אַקטיווסטע שטיצער פֿון קירובֿ־מוסדות פֿאַר פּאָסט־סאָוועטישע ייִדן. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ער האָט פֿאַרלאָזט מיזרח־אייראָפּע ווי אַ קליין קינד, האָט ער זיך תּמיד געהאַלטן פֿאַר אַן עכטן רײַסישן ליטוואַק און באַטראַכט אַלע פּאָסט־סאָוועטישע ייִדן ווי „אייגענע‟.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO