אוקראַיִנע. מלחמה (לידער)Ukraine. War (poems)
די, וואָס האָבן אויפֿגעוועקט פֿאַרשטאָרבענע זיידעס, וועלן קיין זיידעס ניט ווערן.
אוקראַיִנע. מלחמה
מע האָט דערלעבט ביז אָנהייב פֿונעם סוף.
די וועלט ווערט ווידער אומדערוואַרט געביטן.
ס’איז איבעריק זכרונות אַלטע היטן.
עס פּאַסט נאָך ניט צו בענטשן מזל־טובֿ.
עס פֿלאַקערט שוין רויט־בלוטיק אַ קאַיאָר.
צעשפּאַלטן זיך געפֿעלשטע מאָנאָליטן.
עס שטאַרבט דער דור, וואָס האָט אַ סך געליטן,
און ס’קומט נאָך אים צו לײַדן נאָך אַ דור.
עבֿד כּי ימלוך
איך האָב געזען אַ לאַנד פֿון גאָלע קנעכט,
וווּ קיינער האָט ניט אויף קיין זאַך קיין רעכט,
וווּ ס’איז פֿאַרפֿירט פֿון יושר חוזק מאַכן,
וווּ שלעכט הייסט גוט, און גוט, אַנטשפּרעכיק – שלעכט.
די קנעכט, וואָס שאַנעווען בלויז קראַפֿט און מאַכט,
וואָס האָבן „אין‟ פֿון אַ יש געמאַכט,
וואָס זײַנען שלעפֿעריק, אַפֿילו ווען זיי וואַכן,
זיי ווילן קעניגן, ניט דאָ געדאַכט.
ברענענדיקע קוסטן
דאָ וואַקסן ברענענדיקע קוסטן אומעטום.
פֿון יעדן איינעם פֿון זיי רעדט גאָט.
ער ווייסט וואָס צו טאָן.
ער ווייסט וואָס וועט זײַן –
אַ רויטער האָן
און אַ ים מיט שײַן.
די, וואָס האָבן אויפֿגעוועקט פֿאַרשטאָרבענע זיידעס,
וועלן קיין זיידעס ניט ווערן.
יונגע וועלן זיי אייביק בלאָנדזשען אינעם טאָל פֿון געוויין,
וווּ אויף יעדער בקשה ענטפֿערט מען: „ניין‟.
דאָ אומעטום וואַקסן ברענענדיקע קוסטן.
של־נעליך מעל רגליך.
של־רגליך מעלך.
דאָ דאַרף מען ניט האָבן קיין פֿיס.
אונגוואַרן – אָרשעוו תשפ”ב
אָדר ב׳ תשפּ״ב. קאַרפּאַטאָרוס
די ערד איז נאָך פֿאַרפֿרוירן. הינטער בערג
דערהערט זיך ברומען פֿון צעיושטשעטע קאַיאָרן,
אַן אָנהייב פֿון היסטאָריש שוואַרצע יאָרן,
אַ פֿאָרוואָרט צו מיט רום באַקרוינטע ווערק.
ניטאָ קיין דיזעל שוין אין אָרטיקע אַרומען
און בראָנפֿן איז פֿאַרווערט פֿאַרקויפֿן שוין.
ס’גייט ניכטער דער אַרומיקער המון
און ער וועט זיכער צו אַ צוקונפֿט קומען
קיין זיכערהייט איז, ליידער, ניט פֿאַראַן,
נאָר זיכערקייט דערפֿילט זיך אין דער לופֿטן,
טראָץ בונטע קרענץ פֿון די מלחמה־דופֿטן.
ס’וועט זײַן כּשורה. מיר’ן זײַן ביז דאַן.
דעשקאָוויץ
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO