Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די פֿילשפּראַכיקע קולות פֿון אוקראַיִנעס טראַגישער געשיכטעThe multilingual voices of Ukraine’s tragic history

אַלכּסנדר אַװערבוכס פּאָעזיע כאַפּט אויף די שטימען פֿון ייִדן און אוקראַיִנער פֿון פֿריִערדיקע דורות.

אינעם עלטער פֿון 16 יאָר האָט אַלכּסנדר אַװערבוך עולה געווען קײן ישׂראל. קײן האָניק האָט ער דאָרט לכתּחילה ניט געלעקט, געהונגערט אַ ביסל, גערױמט אין האָטעלן, דערנאָך געדינט אין צה״ל. שפּעטער האָט ער שטודירט ליטעראַטור אינעם תּל–אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט און דערנאָך געמאַכט אַ דאָקטאָראַט אינעם אוניװערסיטעט פֿון טאָראָנטאָ. הײַנט איז ער אַ לערער אינעם צענטער פֿאַר אוקראַיִנישע לימודים אינעם אוניװערסיטעט פֿון אַלבערטאַ אין קאַנאַדע. זײַנע אַקאַדעמישע אינטערעסן ברענגען צונױף די אוקראַיִנישע, רוסישע און ייִדישע ליטעראַטורן.

ניט װײניקער װיכטיק איז פֿאַר אַװערבוך זײַן אײגענע פּאָעטישע שאַפֿונג. ער שרײַבט און זעצט איבער אױף דרײַ לשונות: אוקראַיִניש, רוסיש און העברעיִש. פֿון די דרײַ איז אים צום מערסטן נאָענט און טײַער די שפּראַך פֿון זײַן הײם און זײַן משפּחה — אוקראַיִניש. ער איז אױפֿגעװאַקסן אין אַ דאָרף אין לוהאַנסקער געגנט אין מזרח–אוקראַיִנע. דװקא אין יענע מקומות האָט רוסלאַנד מיט אַכט יאָר צוריק פּראָװאָצירט אַ קאָנפֿליקט, װאָס האָט געדינט װי אַ תּירוץ פֿאַר דער הײַנטיקער בלוטיקער מלחמה קעגן אוקראַיִנע.

הײַנט איז אַװערבוך אָפּגעריסן פֿון זײַן אַלטער הײם, אָבער ער האַלט זיך אין אײן אומקערן אַהין אין זײַנע לידער. דאָס נײַע בוך זײַנס, „אַ ייִדישער מלך‟, באַהאַנדלט דעם ענין פֿון זכּרון פֿון פֿאַרשײדענע צדדים. דער דיכטער פּרוּװט אַרומצוכאַפּן דורך זײַן פּאָעטישן כּוח-הדמיון דעם ביטערן און בלוטיקן עבֿר פֿון זײַן אוקראַיִנער הײמלאַנד, װוּ עס האָבן געלעבט, צו מאָל בשלום אָבער אָפֿט אין שׂינאה און קריג, זײַנע אָבֿות און אימהות. ער פּרוּװט צונױפֿשטוקעװען זײַן ייִחוס–בריװ: „איך האָב זיך דערזען / מײַן עלטער-זײדע דעם אוקראַיִנער װאָס איז געגאַנגען מיטן פּאָגראָם אױף מײַן עלטער-זײדן דעם ייִדן / דערזען די עלטער-באָבע די פּאָליאַטשקע װאָס האָט געריסן צעפּ בײַ מײַן עלטער-באָבע דער ייִדישער / איך האָב זיך דערזען דעם עלטער-זײדן דעם מאָסקאַל װאָס האָט צוגענומען / דעם לעצטן שטיקל בײַ דער עלטער-באָבע דער אוקראַיִנערין / איך האָב דערזען מײַן עלטער-באָבע די אוקראַיִנערין, װאָס האָט אָנגעשריבן אַ מסירה / אױף מײַן עלטער-זײדן דעם אוקראַיִנער‟. די דאָזיקע שאַרפֿע שורות זאָגן מער װעגן דער געשיכטע פֿון אוקראַיִנע אײדער גאַנצע היסטאָרישע ביכער.

אַװערבוכס דיכטערישער לשון איז גאַנץ פּראָסט. זײַן כּװנה איז צו לאָזן רעדן די קרבנות פֿון דער געשיכטע, װאָס זײערע שטימען זײַנען געגאַנגען לעיבוד. אין זײַנע לידער באַקומען די דאָזיקע פּראָסטע רײד ממש אַ תּנ״כישן קלאַנג. אַװערבוך הײבט אָן זײַן „ספֿר יוחסין‟ פֿון אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ, אָבער נאָך דוד המלך פֿאַרקערעװעט זיך די קײט פֿון דורות קײן אוקראַיִנע, צום בעל–שם–טובֿ און ר׳ נחמן פֿון בראַצלעװ און, סוף–כּל–סוף, צו דעם דיכטערס אײגענער עלטער-באָבע רחל, און צום סוף צו זיך אַלײן.

דאָס ליד שילדערט די געשיכטע פֿון אַלכּסנדרס געבורט בײַ די טאַטע–מאַמע פֿון אַ געמישטן רוסיש–אוקראַיִניש-ייִדישן אָפּשטאַם. ער איז אױפֿגעװאַקסן װי אַ פֿרוכט פֿון אַ קורצער ליבע אָן אַ פֿאָטער, װאָס האָט ניט געװאָלט װיסן װעגן דעם זון און זײַן ייִדישער מאַמען. די דאָזיקע געמײנע אומשטאַנדן שאַפֿן אַ שאַרפֿן קאָנטראַסט מיטן געהױבענעם עפּישן סטיל פֿונעם ליד, װאָס מאַכט נאָך די עװאַנגעלישע מעשׂה פֿון יעזוסעס געבורט.

אַלכּסנדר אַװערבוכס פּאָעטישע שפּראַך, שרײַבט דער באַקאַנטער אוקראַיִנער דיכטער סערהיי זשאַדאַן, איז „די שפּראַך פֿון חשבון–הנפֿש מיט דער געשיכטע, װאָס װערט צונױפֿגעשטעלט פֿון די שטימען פֿון מתים‟. די כּלומערשטיקע נאַיִװע פּראָסטקײט פֿון אָט דער שפּראַך איז אין דער אמתן אַ פּועל–יוצא פֿון זײַנע טיפֿע קענטענישן אין דער אוקראַיִנער, רוסישער און אױך העברעיִשער פּאָעטישער טראַדיציע. ער האָט אַ פֿײַנעם חוש פֿאַר װערטער און קלאַנגען. ער אַנטפּלעקט פֿאַרבאַהאַלטענע שײנקײט אינעם סאַמע תּוך פֿון טאָג-טעגלעכע רײד און פֿאַרװאַנדלט זי אין פֿײַן–געפֿורעמטע פּאָעטישע שורות. דאָ שטײען בשכינות אוקראַיִנישע, פּױליש, רוסישע און ייִדישע װערטער, אַזױ װי זײ פֿלעגן זײַן שכנים אַ מאָל אין אוקראַיִנע.

דער צװײטער אָפּטײל פֿונעם בוך באַשטײט פֿון קורצע בריװ, װאָס יונגע אוקראַיִנערינס האָבן געשריבן אַהײם פֿון דײַטשלאַנד בעת דער צװײטער װעלט–מלחמה. נאָך דעם, װי די דײַטשן האָבן אָקופּירט אוקראַיִנע, האָבן זײ בהדרגה אָנגעהױבן אַריבערשיקן יונגע לײַט, דער עיקר פֿרױען, פֿאַר שקלאַף–אַרבעט אין דײַטשלאַנד. מיט דער צײַט איז דער דוחק אין אַרבעטקראַפֿט אין דײַטשלאַנד געװאָרן אַלץ שטאַרקער, בפֿרט אין לאַנדװירטשאַפֿט, און מען האָט געשיקט אַלץ מער אַרבעטאָרינס פֿון די אָקופּירטע לענדער פֿון גאַנץ אײראָפּע.

אַװערבוך האָט אַנטדעקט אַ בינטל פּאָסטקאַרטלעך פֿון אוקראַיִנער אַרבעטאָרינס, װאָס מע זײַנען קיין מאָל ניט אָפּגעשיקט געוואָרן. ער האָט גענומען די דאָזיקע טעקסטן, צעטײלט און אַראַנזשירט זײ אין שורות, און די פּראָסטע, צו מאָל מיט גרײַזן אָנגעשריבענע בריװ האָבן אָנגעהױבן קלינגען װי לידער. און די דאָזיקע פּראָסטע בריװעלעך פֿון אוקראַיִנערינס װערן איבערגעמישט מיט קורצע טרוקענע ידיעות װעגן זײערע דערהרגעטע ייִדישע שכנים.

אַװערבוכס לידער זײַנען אַ מין קאָנצענטרירטער זכּרון. אין זײ לאָזן זיך הערן די שטימען פֿון עטלעכע דורות, װאָס האָבן געלעבט און געשטאָרבן, אָפֿט מאָל בגװאַלט, אין אוקראַיִנע. ניט נאָר זײַן דיכטערישער כּוח־הדמיון, נאָר אַפֿילו זײַן אײגענער גוף װערט פֿאַרטאָן אינעם שעפֿערישן שליחות. דער דיכטער איז אַ מין גולם, װאָס װערט באַלעבט דורך זײַן גײַסטלעכן בונד מיט די אַמאָליקע דורות: „איצטער בין איך — / אָפּגעמוטשעטע לײם / פֿאַרקנאָטן אױף בלוט / פֿונעם עלטער–זײדע ברוך‟. און צום סוף פֿון זײַן אוקראַיִנישן ליד שװערט ער אױף לשון–קודש: „לעולם ועד‟.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version