Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די רוסן באָמבאַרדירן אַמאָליקע הויז פֿון ייִדישע שרײַבער אין כאַרקאָווThe Russians bomb former home of Yiddish writers in Kharkiv

אינעם אָנגעזעענעם קאָאָפּעראַטיוו, „סלאָוואָ‟ האָבן געוווינט די משפּחות פֿון דער נסתּר, לייב קוויטקאָ און חנה לוין

ס׳איז צו מיר ערשט דערגאַנגען די ידיעה אַז אַ רוסישע באָמבע האָט געטראָפֿן אַ בנין אין דער מיזרח-אוקראַיִנישער שטאָט כאַרקעוו, וווּ עס האָבן אַמאָל געוווינט אַ צאָל ייִדישע שרײַבערס מיט זייערע משפּחות: אַ זעקס־שטאָקיק הויז אויף 66 דירות – דער קאָאָפּעראַטיוו „סלאָוואָ‟ („דאָס וואָרט‟). על־פּי־נס איז דאָס הויז נישט צעשטערט געוואָרן.

shayber hoyz kharkov

דער קאָאָפּעראַטיוו וווּ עס האָבן געוווינט אַ צאָל ייִדישע שרײַבער מיט זייערע משפּחות Image by Ber Kotlerman

די טרויעריקע נײַעס האָט מיך דערמאָנט ווי אין איינעם אַ העלן פֿרילינגדיקן טאָג, אַן ערך מיט אַ יאָר צוריק, האָב איך שפּאַצירט איבער די שיינע גאַסן פֿון כאַרקעוו מיט מײַן פֿרײַנד און קאָלעגע פּראָפֿעסאָר יעווגעני קאָטליאַר.

פּראָפֿ’ קאָטליאָר, אַ מומחה אין דער ייִדישער אַרכיטעקטור און קונסט, האָט מיט אַ סך התלהבֿות דערציילט וועגן פֿאַרשיידענע בנינים און גאַנצע אַרכיטעקטור-אַנסאַמבלען, מיט וועלכע עס שטאָלצירט זיך זײַן באַליבטע שטאָט. פֿון דעם שטאָטישן צענטער, וווּ עס טורעמט די פּרעכטיקע כאָראַל-שול, דורך דעם סאַמע גרעסטן פּלאַץ אין אייראָפּע – דער פֿרייהייט-פּלאַץ, זײַנען מיר דערגאַנגען ביז די קאָנסטרוקטיוויסטישע קאָרפּוסן פֿונעם געוועזענעם „גאָספּראָם‟, דאָס הויז פֿון דער מלוכישער אינדוסטריע.

khoral shul kharkov

בערל קאָטלערמאַן (רעכטס) און יעווגעני קאָטליאַר אין דער כאָראַל־שול אין כאַרקאָוו Image by Ber Kotlerman

דאָ איז געזעסן אַמאָל, אין אָנהייב 1930ער יאָרן, דער מיניסטאָרן-ראַט פֿון דער אוקראַיִנישער סאָוועטישער רעפּובליק. דעמאָלט איז כאַרקעוו געווען די הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע, און ווי עס פּאַסט אַזאַ סטאַטוס, האָט זי צוגעצויגן אַ סך שעפֿערישע שרײַבערישע און קינסטלערישע כּוחות. ספּעציעל פֿאַר זיי האָט מען אויסגעבויט אין 1929 אַ זעקס־שטאָקיק וווינונג-הויז אויף 66 דירות – דער קאָאָפּעראַטיוו „סלאָוואָ‟ („דאָס וואָרט‟), צו וועלכן מיר זײַנען אָנגעקומען אַ ביסל שפּעטער.

דאָס געוועזענע שרײַבער-הויז „סלאָוואָ‟ געפֿינט זיך אויף דער „קולטוראַ‟-גאַס, וואָס האָט אַמאָל געהייסן „די גאַס פֿון רויטע שרײַבערס‟. יענע „רויטע‟ שרײַבערס, וואָס האָבן געשריבן דער עיקר אוקראַיִניש, זעט מען הײַנט צו טאָג פֿאַראייביקט אויף דעם גרויען מאַרמאָר-טאָוול אין דער פֿאָרעם פֿון אַ צעעפֿנט בוך, אויף דעם פֿאַסאַד פֿון הויז: וואָלאָדימיר סאָסיוראַ, מיקאָלאַ כוויליאָווי, פּאַוולאָ טיטשינאַ, מיקאָלאַ באַזשאַן, ליעס קורבאַס א״אַ. די טרויעריקע געשיכטע פֿונעם הויז איז אַזאַ, אַז דאָס רובֿ זײַנע אײַנוווינערס האָט מען אומגעבראַכט אין סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס זינט 1933.

די רייד גייט דאָ, אייגנטלעך, וועגן די בעסטע פֿאָרשטייערס פֿון דער אוקראַיִנער אינטעלעקטועלער עליטע, וועלכע מע רופֿט אָן הײַנט „דער צעשאָסענער אוקראַיִנער רענעסאַנס‟. צווישן די אויסגעשפּראָכן אוקראַיִנישע נעמען טרעפֿט זיך אויך אַ צענדליק ייִדישע נעמען, אײַנגעשלאָסן אַזעלכע באַרימטע ווי לייב קוויטקאָ און חנה לוין. צוויי פֿון זיי האָבן געשריבן אויף רוסיש – זעלמאַן כּ״ץ און אלכּסנדר כאַזין; אַנדערע האָבן געשאַפֿן אויף ייִדיש אָדער אוקראַיִניש.

נאָר דעם נאָמען, צוליב וועלכן איך בין געקומען אַהער, האָב איך אין דער מעמאָריאַל-רשימה לײדער ניט געפֿונען. און געקומען בין איך אַהער צוליב דעם נסתּר, דהיינו פּנחס כּהנאָוויטש, וואָס האָט געוווינט אין דעם הויז ביז זײַן עוואַקואַציע קיין אוזבעקיסטאַן נאָך דער נאַצישער אינוואַזיע אין זומער 1941. עס זעט אויס, אַז די אוקראַיִנישע קאַנטקענער האָבן ניט געוווּסט, אַז אויך ער האָט פֿאַרנומען איינע פֿון די „סלאָוואָ‟-דירות, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי לענע סיגאַלאָווסקי, די אַקטריסע פֿונעם כאַרקעווער ייִדישן טעאַטער, און זײַנע קינדער יוסף און האָדל. אויך ער האָט מסתּמא געשפּילט אין פּילקע מיט אַנדערע שרײַבערס דאָ אינעם הויף און אפֿשר האָט ער אויך זיך געבראָטן דאָ אויף דער זון אויפֿן דאַך (כאָטש סע גלייבט זיך קוים, קענענדיק דעם נסתּרס כאַראַקטער).

דער אוקראַיִנישער ליטעראַטאָר איוואַן סענטשענקאָ, דעם נסתּרס שכן אין יענע צײַטן, דערמאָנט זיך אין זײַנע זכרונות אויף אוקראַיִניש אין אַזאַ „טראַגיקאָמישער‟, לויט זײַן לשון, מעשׂה. אין דער מיט פֿון די 1930ער יאָרן האָט דער כאַרקעווער שרײַבער-פֿאַראיין זיך, רחמנא-ליצלן, אײַנגעשלאָסן אין דער סטאַליניסטישער קאַמפּאַניע אויפֿצודעקן די „שׂונאים פֿונעם פֿאָלק‟. אויף איינער אַזאַ „אויפֿדעקונג‟ האָט דער שרײַבערישער טריבונאַל „אַנאַליזירט‟ די שאַפֿונג פֿון דעם נסתּר. עפּעס אַ „קריטיקער‟ האָט, ווי געוויינלעך, אים באַשולדיקט אין מאָדערניזם, אימאַזשיניזם, פֿוטוריזם און אַנדערע בורזשואַזע ליטעראַרישע „חטאים‟.

לויט דער פּראָגראַם, האָבן די אָ באַשולדיקונגען געדאַרפֿט אונטערשטיצן די פֿאָרשטייערס פֿון די „אַרבעטנדיקע פֿאָלקס-מאַסעס‟, וואָס זײַנען געווען באַקאַנט מיט דעם „פֿאַרברעכער‟ און וועלכע מען האָט אינסטרוקטירט באַצײַטנס. אויף דער בינע האָט מען פֿאַרבעטן דעם הויף-אויפֿראַמער פֿונעם שרײַבער-הויז, נאָר יענער האָט פּלוצעם פֿאַרגעסן וואָס מען מוז זאָגן. מעקנדיק און בעקנדיק, האָט ער נעבעך ענדלעך אַרויסגעגעבן, אַז דאָס, וואָס יענער קריטיקער האָט געזאָגט פֿריִער, איז טאַקע אמת. נאָך אים איז אַרויס דער הויז-קאָמענדאַנט, אַ נאַרישער און פֿרעכער מענטש, וועלכער האָט זיך צעשריגן: „וואָס צאַצקעט איר זיך מיט אים? ער איז דאָך אַ סימוואָליטיק! אַ סימוואָליטיק איז ער, איר הערט מיך, אַ סימוואָליטיק!‟ דער גראָבער יונג האָט ניט אויסגעלערנט ווי געהעריק דאָס וואָרט „סימבאָליסט‟ און איבערגעמישט עס מיט מער באַקאַנטן אים „סיפֿיליטיק‟. דער מאַקאַברישער קאָמיזם פֿון דער סיטואַציע האָט מסתּמא פֿאַרהאַלטן די געהיימע אַגענטן פֿון אַרעסטירן דעם נסתּר אויפֿן אָרט.

דער זעלבער סענטשענקאָ, וועלכער האָט געאַרבעט ווי אַ רעדאַקציע-סעקרעטאַר אינעם אוקראַיִנישן מאָדערניסטישן זשורנאַל „ליטעראַטורני יאַרמאַראָק‟ („ליטעראַרישער יריד‟), דערמאָנט זיך נאָך, אַז אין איינעם פֿון די נומערן האָט מען פּובליקירט דעם נסתּרס אַ נאָוועלע, אָנגעשריבן „אינעם ביבלישן סטיל‟. „דעם אינהאַלט האָב איך פֿאַרגעסן, שרײַבט ער, נאָר די אַלגעמיינע שטימונג איז געווען אַזאַ באַזונדערע, מאָנאָטאָנישע – עס ווילט זיך טרינקען, אָבער קיין מעגלעכקייט איז ניטאָ…‟

כ’האָב געבראַכט סענטשענקאָס זכרונות וועגן דעם נסתּר דווקא צוליב יענער פּובליקאַציע, וואָס איז אַרויס אינעם דריטן נומער פֿון „יאַרמאַראָק‟ אין 1929. סע זעט אויס, אַז דער נסתּר, וואָס האָט זיך אומגעקערט פֿון דײַטשלאַנד קיין אוקראַיִנע נאָר אַ פּאָר יאָר פֿאַר דעם, האָט זיך גוט אַרײַנגעשריבן אינעם אוקראַיִנישן ליטעראַרישן פּראָצעס פֿון דער צווייטער העלפֿט 1920ער יאָרן. עס דערציילט דערפֿון אי זײַן קאָרעספּאָנדענץ מיט אַ ריי אוקראַיִנישע שרײַבערס, וואָס געפֿינט זיך אינעם צענטראַלן מלוכישן אַרכיוו פֿון ליטעראַטור און קונסט פֿון אוקראַיִנע אין קיִעוו, אי אָט די מעשׂה, וואָס הייסט אין אָריגינאַל „שיכּור‟, אין דער גלענצנדיקער איבערזעצונג פֿון אפֿרים רײַצין. די מעשה „שיכּור‟ איז דערשינען צו ערשט אין 1926 אינעם ייִדישן ליטעראַרישן אַלמאַנאַך „אוקראַיִנע‟ בײַ דער קיִעווער קולטור-ליגע און שפּעטער, אין 1929, אין דעם נסתּרס זאַמלונג פּראָזע „פֿון מײַנע גיטער‟.

אין די פֿאַנטאַסטישע וועלטן, וועלכע דער נסתּר עפֿנט דאָ פֿאַר זײַן לייענער איינע נאָך דער אַנדערער, גיסט אויס זײַן ליטעראַרישער העלד, אַ שיכּור (צי דער מחבר אַליין) דאָס האַרץ אין אַ מין ווידוי וועגן לעבן און שאַפֿונג. דער פֿילזיניקער, אַסאָציאַטיווער נאַראַטיוו פֿלעכט זיך אַרײַן גאָר אָרגאַניש אינעם קאָנטעקסט פֿונעם גאַנצן נומער, וואָס איז אָנגעשטאָפּט מיט טשיקאַווע אינטערמעדיעס צווישן די פּובליקאַציעס. מיט אַזאַ מין אינטערמעדיע, וואָס איז ניטאָ אינעם ייִדישן אָריגינאַל, פֿאַרענדיקט זיך אויך די מעשה „שיכּור‟:

О Підпилий! І нащо так багато пити і що тобі з цього?! — Так говорю я, Великий Коментатор, переконаний остаточно, яке то є велике нещастя АЛь-Коголь в Кінокефалії. […] Салям Алейкюм! אָ, שיכּור! צו וואָס דאַרף מען טרינקען אַזוי פֿיל, וואָס האָסטו דערפֿון? – אַזוי זאָג איך, דער גרויסער קאָמענטאַטאָר, כ’בין גאָר זיכער, וואָס פֿאַר אַן אומגליק שטעלט מיט זיך פֿאָר דער „אַל-קאָהאָל‟ אין קינאָקעפֿאַליע. […] סאַליאַם-אַלייקום!

דער „גרויסער קאָמענטאַטאָר‟ דאָ איז דער באַרימטער מפֿרש פֿון אַריסטאָ, דער אַראַבישער פילאָסאָף פֿונעם 12טן י״ה איבן רושד (אַוועראָעס אויף לאַטײַניש). לויט דער שטיפֿערישער אידעע פֿון די רעדאַקטאָרן פֿון „יאַרמאַראָק‟ – כוויליאָווי, סאָסיוראַ, באָזשאַן, איבן רושד איז פֿאַרבעטן געוואָרן דירעקט פֿון גיהנום, כּדי אָנטיילצונעמען אין דעם-אָ נומער. פֿון דער אויבן דערמאָנטער אינטערמעדיע זעט מען, אַז דער גרויסער קאָמענטאַטאָר פֿאַרפֿעלט ניט קיין אָקאַזיע אַ שטאָך טאָן די אײַנוווינערס פֿון דער אַזוי גערופֿענער „קינאָקעפֿאַליע‟, דאָס לאַנד פֿון מענטשן מיט הינטישע קעפּ, וואָס האָבן ליב דעם ביטערן טראָפּן. אויף אַזאַ קאָמישן אופֿן האָט ער איבערגעדרייט דאָס לאַנד פון סקיטן, ווי עס זײַנען געווען באַקאַנט די הײַנטיקע אוקראַיִנישע טעריטאָריעס פֿאַר איבן רושדס מיטצײַטלערס. דער נסתּר האָט אַוודאי געוווּסט, וואָס האָבן בדעה זײַנע אוקראַיִנישע קאָלעגעס, ווײַל דער אָ „קינאָקעפֿאַלישער‟ וויץ דערקלערט דעם אויסוואַל פֿאַר דער אוקראַיִנישער איבערזעצונג דווקא פֿון דער מעשׂה „שיכּור‟. דווקא אין דער אָ מעשה פֿיגורירט אַ געטרײַער הונט, וואָס ווערט פֿאַרוואַנדלט אינעם העלדס דאָפּלגענגער און דערנאָך ווערט ער ווידער אַ הונט, וואָס שפּילט אויפֿן פֿידל.

דעם אוקראַיִנישן זשורנאַל „ליטעראַטורני יאַרמאַראָק‟ האָט מען שטאַרק קריטיקירט פֿאַר זײַן מאָדערניזם שוין פֿונעם סאַמע אָנהייב אָן, אין 1928. זײַן לעצטער, צוועלפֿטער נומער, איז אַרויס אין פֿעברואַר 1930. אויף זײַן פֿאָרזאַץ קען מען זען די חתימות פֿון אַלע די, וואָס האָבן געשריבן פֿאַר דעם זשורנאַל. צווישן אָט די חתימות – דרײַ אויף ייִדיש: דער נסתּר, לייב קוויטקאָ און חיים גילדין. דער נסתּרס חתימה געפֿינט זיך אינעם צענטער אויף דער לינקער זײַט. קיינער פֿון די דרײַ, ווי באַוווּסט, איז ניט געשטאָרבן מיטן נאַטירלעכן טויט. אַן ענלעכן גורל האָבן געהאַט זייערע אוקראַיִנישע פֿרײַנד און שכנים. גענוג צו דערמאָנען, אַז מיקאָלאַ כוויליאָווי, דער רעדאָקטאָר פֿון „יאַרמאַראָק‟, איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד אין 1933 אין זײַן אייגענער דירה אינעם כאַרקעווער „סלאָוואָ‟-הויז.

signatures kharkiv

די חתימות פֿון די שרײַבער אינעם לעצטן נומער פֿונעם אוקראַיִנישן זשורנאַל „ליטעראַטורני יאַרמאַראָק‟, 1930. דער נסתּרס אונטערשריפֿט געפֿינט זיך אינעם צענטער אויף דער לינקער זײַט. Image by Ber kotlerman

דעם פּראָלעטאַרישן פּאָעט גילדינען האָט מען אַרעסטירט און דערשאָסן סוף 1930ער יאָרן. קוויטקאָ און דער נסתּר זײַנען אַרעסטירט געוואָרן אין 1949 בעת דעם פּראָצעס קעגן דעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט: דעם ערשטן האָט מען דערשאָסן אין מאָסקווע דעם 12טן אויגוסט 1952 צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדישע שרײַבערס און טוערס און דער לעצטער איז געשטאָרבן אין 1950 אינעם לאַגער-שפּיטאָל אויפֿן רוסישן ווײַטן צפֿון.

מיר האָבן פֿאַרבראַכט אַ פּאָר שעה לעבן דעם געוועזענעם שרײַבער-הויז – מײַן פֿרײַנד און אני הקטן, רעדנדיק וועגן דעם טרויעריקן מענטשלעכן גורל אין רוסלאַנד און אַרומיקע לענדער, וועגן יענער שרעקלעכער מלחמה, וועגן אונדזערע צוקונפֿטיקע פּראָיעקטן, וועגן דער מערבֿ-אוקראַיִנישער שטאָט קאַמענעץ-פּאָדאָלסק, פֿון וועלכן שטאַמען, מסתּמא נישט אינגאַנצן צופֿעליק, אונדזערע ביידע משפּחות, קאָטליאַר און קאָטלערמאַן, און, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דער צוקונפֿטיקער וועלט פֿון אונדזערע קינדער. אונדזער טרויער צוליב דער פֿאַרגאַנגענהייט האָט זיך איבערגעמישט מיט אונדזערע האָפֿענונגען…

צי עמעצער פֿון אונדז האָט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז ווייניקער ווי אין אַ יאָר אַרום וועלן דער טויט און דער גרויל ווידער באַלעבאַטעווען אויף די שיינע גאַסן פֿון כאַרקעוו, די שטאָט פֿון מײַנע שווער-און-שוויגער, און אין גאַנץ אוקראַיִנע? בשעת שרײַבן אָט די דאָזיקע שורות, האָט מיר אָנגעשריבן פּראָפֿ’ קאָטליאַר, זשעניע, שוין פֿון זײַן פּליטים-וועג קיין מערבֿ, אַז אַ רוסישע באָמבע האָט געטראָפֿן דעם געוועזענעם שרײַבער-הויז. דאָס הויז אָבער שטייט נאָך אַלץ פֿעסט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.