דער ייִדישער שרײַבער פֿון וויזשניץ, אוקראַיִנע — יוסף בורגThe Yiddish writer from Vizhnitz, Ukraine – Yosef Burg
זײַנע מעשׂיות האָבן פּרעכטיק געשילדערט דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין אוקראַיִנע — פֿון די שטעט ביז די פֿאַרוואָרפֿנסטע דערפֿער אין די קאַרפּאַטן.
די טעג, בשעת עס ברענט אַ מלחמה אין אוקראַיִנע, איז כּדאַי צו דערציילן וועגן די ייִדישע שרײַבער וואָס זענען דאָרט געבוירן און דערצויגן געוואָרן. הײַנט וועלן מיר זיך אָפּגעבן מיטן שרײַבער יוסף בורג, וואָס זײַנע מעשׂיות האָבן פּרעכטיק געשילדערט דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין אוקראַיִנע — פֿון די גרעסטע שטעט ביז די פֿאַרוואָרפֿנסטע דערפֿער אין די קאַרפּאַטן.
אַ משל פֿון זײַן שרײַבן — די קורצע דערציילונג „בײַם ברעג‟ — קענט איר לייענען דאָ.
געבוירן איז יוסף בורג דעם 30סטן מײַ 1912 אינעם בוקאָווינער שטעטל וויזשניץ, וווּ מע האָט אים געשיקט אין חדר. ווען ער איז געווען 12 יאָר אַלט האָט די משפּחה זיך איבערגעצויגן אין טשערנאָוויץ. שפּעטער האָט ער שטודירט פּעדאַגאָגיק אין ווין, אָבער נאָכן „אײַנשלוס‟ האָט ער געמוזט זיך אומקערן אין בוקאָווינע, קיין טשערנאָוויץ. אַזוי איז ער געוואָרן אַ סאָוועטישער בירגער, ווײַל טשערנאָוויץ, ביז אַהער אַ שטאָט אין רומעניע, איז זומער 1940 אָקופּירט געוואָרן דורך דער רויטער אַרמיי און איז געוואָרן אַ טייל פֿון סאָוועטן-אוקראַיִנע. אַזוי — שוין אַן אוקראַיִנישע שטאָט — בלײַבט טשערנאָוויץ ביזן הײַנטיקן טאָג.
הגם בורגס ערשטע ווערק האָבן זיך באַוויזן אין צײַטשריפֿטן נאָך אין די 1930ער יאָרן (זײַן ערשטע דערציילונג איז דערשינען אין דער ייִדישער צײַטונג, „טשערנאָוויצער בלעטער‟), און פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגן זײַנע דערציילונגען זיך באַווײַזן אין דעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, איז ער געוואָרן באַזונדערס באַקאַנט סוף 1980ער יאָרן. דעמאָלט האָבן אין דײַטשלאַנד אָנגעהויבן אַרויסגיין איבערזעצונגען פֿון זײַנע ווערק. אַ דאַנק דעם פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטישן רעזשים, איז געפֿאַלן דער „אײַזערנער פֿירהאַנג‟, וואָס האָט געהאַלטן פֿאַרמאַכט די סאָוועטישע וועלט. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט בורג באַקומען די מעגלעכקייט אַרויסצופֿאָרן פֿון לאַנד, און ער איז געוואָרן אַן אָפֿטער און אָנגעלייגטער גאַסט אין די דײַטש-רעדנדיקע לענדער.
יוסף בורג איז געשטאַנען בראָש דער ייִדישער קולטור-אָרגאַניזאַציע אין טשערנאָוויץ. אויף אַ קורצער צײַט האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו באַנײַען (דער עיקר, סימבאָליש) די צײַטונג „טשערנאָוויצער בלעטער‟. מענטשן פֿלעגן פֿאָרן קיין טשערנאָוויץ זיך צו טרעפֿן מיטן אַלטן אינטעלעקטואַל, וואָס האָט אין זיך געטראָגן די חכמה פֿון עטלעכע קולטורן: דער ייִדישער, רוסישער און דײַטשישער. מע האָט אין אים געזען אַ לעבעדיקן סימבאָל פֿון דעם דור און דער צײַט, וואָס איז שוין מער נישט געווען בנימצא. געשריבן האָט בורג ביז ער איז שוין געווען טיף אין די 90ער און האָט געוווּנען עטלעכע פּרעמיעס, אַרײַנגערעכנט דער י. י. סעגאַל פּרעמיע פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור.
אין 2003 האָט דער ייִדישער פֿאָרשער ד״ר בערל קערלער פֿון אינדיאַנער אוניווערסיטעט אינטערוויויִרט יוסף בורג ווי אַ טייל פֿונעם „אַהיים‟־פּראָיעקט. אָט קענט איר זען אַן אויסצוג, וווּ בורג רעציטירט זיין גירסא ד’ינקותא פון וויזשניץ, אַ שטיקל חומש ווי מ’פלעג עס לערנען מיט אים אין חדר.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO