באַריכט פֿון אוקראַיִנעReporting from Ukraine
אַ באַשרײַבונג פֿון די פּראָוואָקאַציעס און פֿאַלשע ידיעות וואָס רוסלאַנד פֿירט דורך קעגן אוקראַיִנע
פֿון דער רעדאַקציע:
די אינפֿאָרמאַציע אין דעם באַריכט קומט פֿון אַ בולעטין צונויפֿגעשטעלט דורך אַ גרופּע נישט־רעגירונג־אָרגאַניזאַציעס אין אוקראַיִנע, און איז אָנגעשריבן געוואָרן פֿון זייערע פֿאָרשטייער סאָפֿיאַ אָליניק, טאַראַס טימטשוק און מאַריאַנאַ סעמענשײַן.
––––––––––––––––––––––––––––––––––
https://sharethetruths.org/
הומאַניטאַרע קאָרידאָרן. די רוסישע באַװאָפֿנטע כּוחות האַלטן אין אײן פּורץ גדר זײַן אױף די תּקנות פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע מלחמה־רעכט: באַשיסונגען גײען אָן בײַ די „גרינע קאָרידאָרן‟; עקיפּירונג און מוניציע װערן אַרײַנגעשטעלט אין שטאָטישע װױנקװאַרטאַלן; אין אַ צאָל שטעט איז פֿאַראַן אַ הומאַניטאַרער קריזיס אין די באַזעצטע ערטער. אין אירפּין בײַ קיִעװ, האָבן רוסישע חיילות בכּיװן געצילט אױף אַ בריק װאָס מע האָט געניצט אױף צו עװאַקויִרן בירגער, און בירגער זענען באַשאָסן געװאָרן בעת זײער עװאַקואַציע: 8 מענטשן זײַנען דערהרגעט געוואָרן, אַרײַנגערעכנט כאָטש צװײ קינדער.
די שטאָט איז שױן העכער דרײַ טעג אָן קײן שום צוגאַנג צו עלעקטרע, ליכט, װאַסער און צענטראַלער הײצונג: די טעמפּעראַטור איז די טעג צװישן פּלוס 3 און מינוס 9 גראַד צעלזיוס. אין יאַסנעראָדקע, צפֿון פֿון קיִעװ, האָט מען בײַ אַ קאָנטראָלפּונקט באַשאָסן בירגער װאָס האָבן געפּרוּװט פֿאַרלאָזן זײער דאָרף. דער צװײטער פּרוּװ צו עװאַקויִרן מענטשן פֿון מאַריופּאָל איז צו נישט געװאָרן דורך די אָנגײענדיקע באַשיסונגען. איצט פֿאַרהאַנדלט קיִעװ װעגן דער עװאַקויִרונג פֿון די שטעטלעך בוכאַ און אַסטאָמליע (צפֿון-מערבֿ פֿון קיִעװ). בוכאַ איז פּונקט אַזױ װי אירפּין, אָן װאַסער און עסן, און מע קאָן ניט אַרױס פֿון באַהעלטעניש. דער בירגערמײַסטער פֿון אַסטאָמליע איז דערשאָסן געװאָרן בעת זײַן אַרבעט מיט פֿרײַװיליקע אױף צו פֿאַרטײלן עסן פֿאַר די בירגער.
שטעט אונטער אַטאַק. לופֿט־סירענעס האָט מען, זונטיק אַכט אַ זײגער אין אָװנט, געהערט אין 17 ערטער אױף אײן מאָל. במשך פֿונעם טאָג זענען דער װיניצער פֿליפּלאַץ און די מיליטער-באַזע אין גאַװרישיװקע (צפֿון-מערבֿ פֿון װיניצע) באַשאָסן געוואָרן מיט אַכט ראַקעטן. די ראַקעטן האָט מען אַרױסגעלאָזט פֿון דער געגנט פֿון שװאַרצן ים. זונטיק האָבן פֿילראַקעטן-שיס-סיסטעמען אויפֿן נאָמען „גראַד‟ באָמבאַרדירט דעם נאַציאָנאַלן װיסנשאַפֿט צענטערס אינסטיטוט פֿאַר פֿיזיק און טעכנאָלאָגיע פֿון כאַרקאָװ. דאָרטן געפֿינט זיך אַן אַטאָם-אינסטאַלאַציע מיט 37 נוקלעאַרע ברענשטאָף־עלעמענטן. די צעשטערונג פֿון אַ יאָדער-אינסטאַלאַציע מיט געלאַגערטע נוקלעאַרע מאַטעריאַלן װאָלט געקענט גורם זײַן אַ ריזיקע קאַטאַסטראָפֿע פֿאַרן סבֿיבֿה־מצבֿ.
דער רוסישער מעדיע-קאַנאַל „ריאַ נאָװאָסטי‟ האָט אָפֿענערהײט מודה געװען װעגן די אָנפֿאַלן אױף די אוקראַיִנישע שוץ-אונטערנעמונגען, פֿאַררופֿנדיק זיך אױפֿן רוסישן שוץ-מיניסטעריום. זײ האָבן די נײַעס פֿאַרעפֿנטלעכט כּדי בירגער און אַרבעטער זאָלן „זיך עװאַקויִרן‟ פֿון די פֿאַבריקן און זיך אַנטקעגנשטעלן דעם קאָנטראָל פֿון דער אוקראַיִנישער מלוכה.
אָט איז די מאַפּע פֿון דער רוסישער אָנפֿאַל אױף אוקראַיִנע.
מאַניפֿעסטאַציעס קעגן דער אָקופּאַציע. אין דער געגנט פֿון כערסאָן האָבן מענטשן דעמאָנסטרירט קעגן די רוסישע באַזעצערס: אין כערסאָן, נאָװאַ קאַכאָװקאַ (בײַם דניעפּר, צפֿון-מיזרח פֿון כערסאָן), נאָװאָאָלעקסיִייִװקע (בײַם אַזאָװער ים) און קאַלאַנטשאַק (אַן אָרט מיזרח פֿון כערסאָן); אױך די באַװױנערס פֿון טראָייִצקע אין דער לוגאַנסק-געגנט. אין טשאָנגאַר (האַרט בײַם קרימער גרענעץ, דרום-מיזרח פֿון כערסאָן) זענען קרים-טאָטערן אַרױס אױף דער גאַס און גערופֿן די רוסן צו פֿאַרלאָזן קרים.
פּראָװאָקאַציעס. מע האָט באַקומען נאָך מער ידיעות אַז די רוסישע מאַכט איז אױסן צו באַשיסן װױן-געגענטן אין רוסישע שטעט לעבן דער אוקראַיִנער גרענעץ. לױט דעם סצענאַר, װאָלט רוסלאַנד נאָך די אַטאַקן פֿאַרעפֿנטלעכט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דער גרויסער צאָל אומגעבראַכטע בירגער, דערקלערנדיק די פֿאַלשע ידיעה אַז דאָס האָט די אוקראַיִער אַרמײ געטאָן. אַזאַ באַשולדיקונג װאָלט געגעבן די רוסן אַ תּירוץ דורכצופֿירן אַ נאָך גרעסערע אָפֿענסיװע און אַ מאָביליזירונג איבער גאַנץ אוקראַיִנע. פּונקט אַזעלכע סצענאַרן האָט רוסלאַנד שױן פֿריִער אױסגעשפּילט בעת דער מיליטערישער טעטיקײט אין אַפֿגאַניסטאַן, טשעטשעניע און אַבכאַזיע. אין ליפּצע (צפֿון פֿון כאַרקאָװ, האַרט בײַ דער רוסישער גרענעץ) צװינגען די רוסיש אָקופּאַנטן די בירגער זיי זאָלן טראָגן װײַס-רױטע פּאַסן אױף די אַרבלען און אױסהענגען װײַסע טיכער איבער זײערע בנינים. רוסישע זעלנער האָבן געטראָגן רױט-װײַסע אַרבל-פּאַסן כּדי זיך צו אידענטיפֿיצירן.
מעדיאַ. דער טעלעװיזאָר-טורעם פֿון כאַרקאָװ איז געטראָפֿן געוואָרן פֿוון אַ ראַקעט, זײַנען די טראַנסמיסיע אָפּגעהאַלטן געװאָרן. דעם זעלביקן סצענאַר האָט מען אױסגעפֿירט אין קיִעװ, כערסאָן און מעליטאָפּל. אױף צו פֿאַרהיטן אַ מעגלעכן איבעררײַס פֿון קאָמוניקאַציעס, האָט דאָס מיניסטעריום פֿאַר דיגיטאַלישן איבערגאַנג לאַנצירט אַ טעלעװיזיע-דינסט אױף אַ מלוכה-אַפּליקאַציע („אַפּ‟).
פֿאַלשע ידיעות און בילבולים. רוסלאַנד באַשולדיקט דעם אוקראַיִנישן צד אין נישט דערלויבן די בירגער-עװאַקויִרונג. אַזױ אַרום טענהט דער רוסישע מעדיאַ אַז די אַזאָװער מיליטאַנטן האָבן צעשאָסן אַ צוג בירגער װאָס האָבן געפּרוּװט פֿאַרלאָזן מאַריופּאָל דורכן קאָרידאָר: פֿאַראַן טױטע און פֿאַרװוּנדיקטע. זײ זאָגן אַז דער צװײטער פּרוּװ אַרױסצוברענגען די אײַנװױנערס פֿון מאַריופּאָל איז דורכגעפֿאַלן צוליב דער פֿאַלשער אינפֿאָרמאַציע פֿון דער אוקראַיִנישער מלוכה װעגן אָט דעם טראַנספֿער. רוסלאַנד טענהט אױך אַז דער אוקראַיִנישער צד זאָגט זיך קאַטעגאָריש אָפּ פֿון דער עװאַקואַציע פֿון די אײַנװױנער פֿון כאַרקאָװ און סומי.
געזונט-פֿאַרזאָרגונג. זינט דעם אָנהײב מלחמה, זענען 34 שפּיטעלער אין אוקראַיִנע צעשטערט אָדער געשעדיקט געװאָרן; עטלעכע פֿון זײ װעט מען שױן ניט קענען באַנוצן. אָנפֿאַלן אױף שפּיטעלער מײנט עובֿר זײַן אױף די תּקנות פֿון דער זשענעװער קאָנװענץ. אַ קרײץ ראַקעט האָט געטראָפֿן דעם סאַמע גרעסטן קינדער-שפּיטאָל „אָכמאַטדיט‟. חוץ דעם פֿאַרהיטן די באַזעצערס פֿוון איבערפֿירן מענטשן אין שפּיטאָל. מע האָט געפּרוּװט אַהינברענגען שװער פֿאַרװוּנדיקטע קינדער, נאָר ס’האָט זיך ניט אײַנגעגעבן צוליב דעם געפֿאַר פֿון באַשיסונגען. בשעת-מעשׂה פֿאַרשפּרײט זיך נאָך אַלץ די קאָװיד-19 פּאַנדעמיע, כאָטש דאָס מאַכן טעסטן און זאַמלען די רעזולטאַטן זענען באַגרענעצטע און אומפּינטקלעכע. טאָג-טעגלעך פֿאַרשרײַבט מען 7-6 טױזנט פֿאַלן פֿון „קאָוויד‟, פֿון וועלכע 600־700 ווערן שפּיטאָליזירט.
געשעפֿטן אין מלחמה-צײַט. לױט דער אײראָפּעיִשער מיסחר־אַסאָציאַציע גײען העכער אַ העלפֿט אוקראַיִנישע פֿירמעס אָן מיט זײער טעטיקײט בשעת דער מלחמה. 63% צאָלן אױס זײערע אָנגעשטעלטע אין גאַנצן און 45% צאָלן עקסטרע. װי אַ צושטײַער פֿאַר זײערע אָנגעשטעלטע צאָלן פֿירמעס דעם לױן מיט אַ חודש פֿריִער אָדער מער, אױף צו קאָמפּענסירן פֿאַרן איבערקלײַבן זיך, דינגען דירות אין מערבֿ-אוקראַיִנע אָדער אין אױסלאַנד, באַשטעלן פֿאַרזיכערונג פֿאַר די װאָס גײען ווײַטער צו דער אַרבעט. אוקראַיִנע-באַזירטע פֿירמעס פּרוּװן פֿינאַנציעל שטיצן אוקראַיִנע בשעת דער מלחמה, העלפֿן אָנגעשטעלטע װאָס פֿאַרטײדיקן דאָס לאַנד; שטעלן צו סחורה, באַדינונגען, מעדיקאַמענטן און שוץ-און פֿאַרטײדיקונג-מיטלען.
געזונט־זיכערקײט. אוקראַינע האָט צײַטווײַליק אָפּגעשטעלט דעם עקספּאָרט פֿון זאַכן װאָס זענען װיכטיק פֿאַר לעבנס-מיטלען זיכערקײט: רײַז, האָבער, גריקע (בוכװײץ), הירזש, פֿלײש, צוקער און זאַלץ. פֿאַרן עקספּאָרט פֿון װײץ, קוקורוזע (טערקישער װײץ), בױמל, עופֿות און הינער-אײער דאַרף מען אַ ספּעציעלע דערלױבעניש פֿונעם עקאָנאָמישן מיניסטעריום.
אַמעריקאַן עקספּרעס האָט דערקלערט אַז זי שטעלט אָפּ אַלע טעטיקײטן אין רוסלאַנד. אַזױ אַרום װעלן זײערע קאַרטלעך שױן ניט פֿונקציאָנירן בײַ הענדלער אָדער באַנקאָמאַטן אין רוסלאַנד. די פֿירמע האָט אויך אָפּגעשטעלט איר טעטיקײט אין בעלאַרוס. דרום־קאָרעע האָט אָפּגעשטעלט טראַנסאַקציעס מיט דער רוסישער צענטראַלער באַנק. דאָס איז אַ טײל פֿון די פֿינאַנציעלע שטראָפֿמיטלען אַרױפֿגעלײגט אױף דער רוסישער פֿעדעראַציע. טיק טאָק שטעלט אָפּ זײַן אַרבעט אין דער רוסישער פֿעדעראַציע. „ספּאָטיפֿײַ‟ מעלדט אַז זײער „פּרעמיום‟־אַבאָנעמענט פֿונקציאָנירט מער ניט אין רוסלאַנד צוליב דעם אַװעקגײן פֿון „װיזאַ‟ און „מאַסטערקאַרד‟. נעטפֿליקס באַדינט שױן אויך ניט קײן רוסישע קונים בעת דער אינװאַזיע פֿון אוקראַיִנע.
קונסט. מאָנטיק האָבן איבער 40 קינסטלער זיך פֿאַרזאַמלט אין ריגע און געשאַפֿן סאָלידאַריטעט-קונסטװערק אױף די װענט אין דער שטאָט (אויף װעסעטאַס־גאַס). אַ סימבאָלעשע פֿאָרשטעלונג איז פֿאָרגעקומען אינעם שלמה גוגנהײם מוזײ מיט אַ קול־קורא אײַנצושטעלן אַ פֿאַרװערטע פֿלי-זאָנע איבער אוקראַיִנע.
די אוניװערסיטעט פֿון טאַרטו (דערפּט) האָט אײַנגעשטעלט אַ סטיפּענדיע-פֿאָנד אױף אונטערצוהעלפֿן אוקראַיִנישע סטודענטן מיט זייערע שטודיעס. זײַט מנדבֿ כּדי צו העלפֿן די סטודענטן.
פֿאַרשפּרײט װענדונגען אײַנצושטעלן אַ פֿאַרװערטע פֿלי-זאָנע איבער אוקראַיִנע עס זאָל קומען אַ סוף צום באָמבאַרדירן בירגער דורך רוסלאַנד, און אױף צו פֿאַרזיכערן די זיכערקײט פֿון דער נײטיקער אינפֿראַסטרוקטור אַזױ װי יאָדער-קראַפֿט-סטאַנציעס. ניצט #closethesky
פֿאַרשפּרײט אָט די נאָטיצן אין אײַערע אָרטיקע מעדיאַ־קוואַלן און פּאָליטישע פֿירער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO