Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ קיצור פֿון די נײַעס פֿון אוקראַיִנעA summary of the news of Ukraine

די רוסן האָבן געביטן זײער טאַקטיק: די בליץ-אָפֿענסיװע איז דורכגעפֿאַלן, זעט מען איצט מער רוסישע סאַבאָטאַזשניקעס און יבשה־אָפּעראַציעס.

פֿון דער רעדאַקציע:

די אינפֿאָרמאַציע אין דעם באַריכט קומט פֿון אַ בולעטין צונויפֿגעשטעלט דורך אַ גרופּע נישט־רעגירונג־אָרגאַניזאַציעס אין אוקראַיִנע, און איז אָנגעשריבן געוואָרן פֿון זייערע פֿאָרשטייער סאָפֿיאַ אָליניק, טאַראַס טימטשוק און מאַריאַנאַ סעמענשײַן.

 

––––––––––––––––––––––––––––––––––

במשך פֿון דעם סוף־וואָך איז דער קאַמף געוואָרן נאָך אינטענסיװער: מער שלעכט געצילטע ראַקעטן אױף דער ציווילער אינפֿראַסטרוקטור, טאַנקען-באַװעגונגען און גאַסן-שיסערײַען — אַלץ די אַכזריותדיקע רעזולטאַטן פֿונעם אַטאַק מצד דער רוסישער פֿעדעראַציע.

לױטן אוקראַיִנישן פֿאַרטײדיקונגס-מיניסטער אָלעקסיי רעזניקאָװ האָבן די רוסישע חיילות געביטן זײער טאַקטיק: די בליץ-אָפֿענסיװע מיט מאַסיװע קאָלומנעס איז דורכגעפֿאַלן, זעט מען איצט מער רוסישע סאַבאָטאַזשניקעס און יבשה־אָפּעראַציעס. רוסישע סאָלדאַטן באַשיסן ציווילע געגנטן, שפּיטאָלן און לערן־אַנשטאַלטן.

נאָך דעם ווי אַלע לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד האָבן געגעבן זייער הסכּמה האָט מען אַרויסגעשטויסן רוסלאַנד פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער באַנקסיסטעם. לענדער איבער דער וועלט האָבן זיך מאָביליזירט. דײַטשלאַנד, בעלגיע, לעטלאַנד און האָלאַנד האָבן געמאָלדן אַז זיי וועלן צוגעבן שוצוואָפֿנס.

דער מצבֿ אין און לעבן קיִעװ

זונטיק זײַנען די באָמבאַרדירונגען און באַשיסונגען אָנגעגאַנגען אַ גאַנצן טאָג. אָפֿטע לופֿט-סירענעס האָבן ווײַטער געוואָרנט דעם עולם צו בלײַבן אין די באָמבע־מקלטים. איבערנאַכט זײַנען פֿאָרגעקומען ראַקעטן-באַשיסונגען אױפֿן סקלאַד פֿון ראַדיאָ-אַקטיװן אָפּפֿאַל אין קיִעװ. „אָכמאַדיט‟, דער ספּעציעלער קינדער-שפּיטאָל איז דורך אַן אַטאַק שװער באַשעדיקט געװאָרן: איין קינד איז דערהרגעט געוואָרן, פֿיר מענטשן פֿאַרװוּנדיקט.

צװישן די אָנפֿאַלערס האָט מען דערקענט טשעטשניער קעמפֿער. לעבן גאָסטאָמעל (קיִעװס מערבֿדיקע פֿאָרשטאָט) האָבן אוקראַיִנער כּוחות שבת אין דער פֿרי פֿאַרכאַפּט די טשעטשניער ספּעציעלע אײַנזאַץ-גרופּע „קאַדיראָװ‟.

רוסישע חײלות שיסן ווײַטער אויף קריטישע אינפֿראַסטרוקטור־פּונקטן, פֿאַרגעסערנדיק די סכּנה פֿון אַן אינדוסטריעלער קאַטאַסטראָפֿע. װאַסילקיװ, 33 קילאָמעטער דרום-מערבֿ פֿון קיִעװ, איז שױן עטלעכע טעג לאַנג שװער אַטאַקירט געוואָרן. שבת בײַ נאַכט האָט אַ ראַקעטע געטראָפֿן דעם אײל-דעפּאָ, וואָס האָט גורם געווען אַ שרעקלעכע שׂרפֿה. דער בירגערמײַסטער האָט דאָס באַשטעטיקט.

אין מיזרח־אוקראַיִנע:

אין כאַרקאָװ האָבן די רוסן אױפֿגעריסן אַ רער־ליניע פֿון נאַטירלעכן גאַז און שבת אין דער פֿרי זײַנען רוסישע ספּעציעלע חײלות אַרײַן אין כאַרקאָװ. דאָנעצק און די געגנט פֿון לוגאַנסק װערן ווײַטער שטאַרק אַטאַקירט. אין װאָלנאָװאַכע (צװישן דאָנעצק און מאַריופּאָל) זײַנען 15 מענטשן אומגעקומען דורך גראַנאַטן פֿון דער רוסישער אַרמײ. אַ סך וווין־בנינים זײַנען צעשטערט געוואָרן, בתוכם צװײ דירות־הײַזער. אױך די דערפֿער בוגאַס און נאָװאָגנאַטיװקע זײַנען געשעדיקט געװאָרן.

קוקט אױף דער לעבעדיקער מאַפּע צו זען דעם מאַסשטאַ פֿון די אטאַקן.

דיגיטאַלישער קאַמף: די אינטערנאַציאָנאַלע האַקער-גרופּע „אַנאָנימוס‟ האָט מיט הצלחה אָנגעפֿאַלן אויף אַ ריי רוסישע װעבזײַטן.

פֿירמעס בלאָקירן רוסלאַנד: טװיטער און יוטוב האָבן שטאַרק באַגרענעצט די מעגלעכקייטן פֿון רוסישע באַנוצערס. די פֿלי־ליניע „לופֿטאַנזאַ‟ פֿליט שױן נישט קײן רוסלאַנד. דער פֿאַראײניקטער קיניגרײַך, פּױלן, עסטלאַנד, לעטלאַנד, די ליטע, בולגאַריע און פֿינלאַנד האָבן אוסגעשלאָסן רוסישע לופֿט־קאָמפּאַניעס פֿון זייער לופֿט־שטח.

אַ ווענדונג צו לייענער אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד: • אָרגאַניזירט מאַניפֿעסטאַציעס איבער די שטעט פֿון אײַער לאַנד און רופֿט די נאַציאָנאַלע און שטאָטישע אינסטאַנצן אויפֿצוהערן אויסטיילן וויזעס פֿאַר רוסישע בירגער. דערלויבט נישט קיין רוסן אַרײַנצוקומען אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. • מאָנט בײַ אײַערע לאָקאַלע און נאַציאָנאַלע אינסטאַנצן און מאַכט-אָרגאַנען נישט אױסצוטײלן װיזעס פֿאַר רוסלענדישע בירגער און אָפּהאַלטן רוסן פֿון אַרײַנקומען אין דעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. • רופֿט תּיכּף אָנצוהײבן די פּראָצעדור אַרײַנצולאָזן אוקראַיִנע אינעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.