Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מעסערלעך (אַ דערציילונג)Pocketknives: a short story

פֿון דער רעדאַקציע:

די דערציילונג האָט געוווּנען דעם דריטן פּריז אינעם קאָנקורס פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש. צו לייענען וועגן דעם קאָנקורס גיט אַ קוועטש דאָ.


מײַן טאַטע איז געווען אַ גוטער מענטש. אַלע פֿלעגן זאָגן – שלמה, ער איז אַ גוטער און אַ גלײַכער. שטענדיק מיט אַ שמייכל אויף די ליפּן, לעבט בשלום מיט אַלעמען, שטענדיק גרייט צו טאָן אַ טובֿה, אַן אייביקער אָפּטימיסט. בײַ יעדן איינעם האָט ער שטענדיק געזען די האַלבע פֿולע גלאָז. אויב ס’איז עפּעס אַרומגעגאַנגען אַ פּליאָטקע, פֿלעגט ער אַוועקמאַכן מיט דער האַנט, „נאַרישע רייד‟, „מע דארף זיך נישט באַליידיקן , פֿאַרוואָס מאַכן אַן ענין פֿון יעדער זאַך,‟ פֿלעגט ער זאָגן.

מיט אונדז, קינדער, האָט ער זיך שטענדיק געחכמהט, און מײַן מאַמע האָט קיינמאָל נישט געקענט זאָגן „וואַרט ביז דער טאַטע וועט קומען.‟

מײַן טאַטע איז געווען אַ סטאָליער און האָט געאַרבעט שווער אויסצוהאַלטן די משפּחה. טיילמאָל האָט אים אַ שכן אַרײַנגערופֿן עפּעס צו פֿאַרריכטן, האָט ער גענומען פֿאַר דער אַרבעט „גאָרנישט מיט גאָרנישט‟, ווי מײַן מאַמע פֿלעגט זאָגן. טיילמאָל איז זי געווען אויף אים אין כּעס: „דאָס איז וואָס דו האָסט גענומען?‟ און מײַן טאַטע פֿלעגט זאָגן: „לאָז זיך אָפּ, נעבעך אַ ייִדענע, וואָס האָט זי שוין?‟
„און מיר האָבן?‟ פֿלעגט מײַן מאַמע פֿרעגן.

ווען מיר, קינדער, זענען אויפֿגעוואַקסן, פֿלעגן מיר זאָגן: „טאַטע, ביסט אַזאַ נאַיִווער, פֿאַרוואָס ביסטו שטענדיק מוותּר?‟ „נישט שטענדיק, נישט שטענדיק…‟ – האָט ער געענטפֿערט און געשמייכלט, און מיר, קינדער, האָבן זיך באַלד אַוועקגעזעצט און געוואַרט, מסתּמא איז דאָ עפּעס אַ מעשׂה…

און מײַן טאַטע האָט דערציילט: „דאָס איז געווען נאָך דער מלחמה, אין דײַטשלאַנד, די לעצטע סטאַנציע וווּ מיר האָבן געוואַרט כּדי עולה צו זײַן קיין ישׂראל.

איינמאָל אַ טאָג איז צו אונדז אַרײַנגעקומען עפּעס אַ ייִד און האָט געוואָלט רעדן מיט מיר, כאָטש איך האָב אים נישט געקענט.

ער האָט געזאָגט: „איך וויל בעטן בײַ אײַך אַ טובֿה. דערווײַל בלײַב איך נאָך אין דײַטשלאַנד, אָבער איך האָב אַ שוועסטער אין תּל־אָבֿיבֿ און איך וויל איר שיקן אַ מתּנה, אַ פּעקל מעסערלעך, אפֿשר קענט איר דאָס מיטנעמען מיט זיך?‟

בײַ אונדז האָט מען גערופֿן די ראַזיר־מעסערלעך פּשוט מעסערלעך. האָב איך געקלערט: נו, וואָס קען שוין זײַן, אפֿשר פֿעלט אויס מעסערלעך אין לאַנד… ס’איז נישט קיין גרויסע זאַך… בין איך מסכּים געווען.‟

„אָבער פֿאַרוואָס איז ער געקומען דווקא צו דיר, כאָטש ער האָט דיך נישט געקענט?‟ האָבן מיר געפֿרעגט און געטראַכט: אוודאי, קיינער איז מסתּמא נישט מסכּים געווען און געשיקט אים צום טאַטן… אַ גוטער מענטש.

און מײַן טאַטע האָט ווײַטער דערציילט: „צומאָרגנס איז דער ייִד געקומען און ער האָט מיר איבערגעגעבן אַ טאָרבע. איך קוק אַרײַן און איך זע ס׳איז פֿול מיט טאַשן־מעסערלעך. די טאָרבע איז געווען שווער, און איך האָב נישט געוווּסט, וואָס צו טאָן. ‘איר האָט געזאָגט מעסערלעך,’ האָב איך געזאָגט… דער ייִד האָט מיך ווידער געבעטן: ‘דאָס איז פֿאַר מײַן שוועסטער…’ נו, האָב איך מסכּים געווען… ‟ „אָבער פֿאַרוואָס?‟ האָבן מיר ווידער געפֿרעגט.

„ס’איז מיר נישט געווען אָנגענעם צוריקצוציִען… איך האָב אים צוגעזאָגט… דער ייִד האָט איבערגעלאָזט דעם אַדרעס פֿון זײַן שוועסטער אין תּל־אָבֿיבֿ, און איז אַוועק.

„שטעלט זיך פֿאָר דעם וועג קיין ישׂראל, דרײַ קליינע קינדער, די מאַמע, די באָבע… און איך שלעפּ די פּעקלעך און דערצו אַ שווערע טאָרבע מיט טאַשן־מעסערלעך, דעם גאַנצן וועג פֿון דײַטשלאַנד קיין מרסיי צו דער שיף, צום בית־עולים, ביז צו דער שטאָט, וווּ מיר האָבן געקריגן אַ דירה.

נו, וואָס האָב איך געקענט טאָן, זיי אַוועקוואַרפֿן?‟

נאָך דעם, ווי מיר האָבן זיך אײַנגעאָרדנט אַ ביסל, האָט מײַן טאַטע באַשלאָסן, אַז ס’איז צײַט צו פֿאָרן קיין תּל־אָבֿיבֿ אָפּגעבן דאָס פּעקל. און ער דערציילט ווײַטער: „ס’איז געווען זומער, פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין געפֿאָרן מיטן אויטאָבוס, כ’האָב זיך געשלעפּט אין די גאַסן מיט דער שווערער טאָרבע, ביז איך בין אָנגעקומען צו דעם אַדרעס פֿון דער שוועסטער.

כ’האָב אָנגעקלאַפּט אין טיר, אַ פֿרוי האָט אויפֿגעעפֿנט. ווען זי האָט מיך דערזען, האָט איר געזיכט זיך פֿאַררויטלט, און זי האָט פּראָבירט צו פֿאַרקלאַפּן די טיר.

דאָ פֿלעגן מיר לאַכן: „ זי האָט אַוודאי געזען, אַז דו ביסט אַ נײַער עולה, מיט דײַן היטל מיטן דאַשעק…‟

– „יאָ, – האָט געזאָגט מײַן טאַטע, – אָבער איך האָב אַרײַנגעשטעקט אַ פֿוס אין טיר און געזאָגט: ‘איך האָב אײַך געברענגט אַ פּעקל פֿון אײַער ברודער אין דײַטשלאַנד.’

זי האָט זיך אָפּגעשטעלט, געקוקט אויף מיר מיט אַ ביסל פֿאַרדאַכט און אויפֿגעמאַכט די טיר. איך האָב געזען, אַז אירע אייגעלעך האָבן אַרומגעטאַנצט פֿון זײַט צו זײַט, פּונקט אַזוי ווי בײַ איר ברודער.

שווײַגנדיק האָט זי אַרײַנגעקוקט אין דער טאָרבע און זי אַוועקגעלייגט אין אַ זײַט. ס’איז געווען זייער אַ הייסער טאָג, איך בין דאָרט געשטאַנען, און זי האָט מיר אפֿילו נישט פֿאָרגעלייגט אַ גלאָז וואַסער.‟

ווען ער פֿלעגט אָפּשילדערן די מאָמענטן, פֿלעגן מיר, קינדער, זיצן שווײַגנדיק, מיר האָבן מיטגעפֿילט זײַן באַליידיקונג, דעם כּעס, דעם זלזול, און די אויסנוצערײַ.

און מײַן טאַטע האָט דערציילט ווײַטער: „איך בין שוין געשטאַנען בײַ דער טיר, האָט זי מיר פּלוצלינג אַ פֿרעג געטאָן: ‘איר האָט געדאַרפֿט באַצאָלן פֿאַר דעם גרענעץ־אָפּצאָל?’

אין דעם מאָמענט האָב איך זיך דערמאָנט, אַז ווען מיר זענען אָנגעקומען אין פּאָרט, זענען מיר אַדורכגעגאַנגען דעם גרענעץ־אָפּצאָל, און פֿאַר מיר איז געשטאַנען אַ מאַן , וואָס מע האָט איבערגעקוקט אַלע זײַנע פּעקלעך, און דער צאָל־באַאַמטער האָט געזאָגט: ‘14 לירות!’

איך האָב געדענקט, אַז ס’איז געפֿאַלן אויף מיר אַ שרעק, איך האָב ממש געציטערט, אַז מע וועט געפֿינען בײַ מיר די טאַשן־מעסערלעך. וווּ וועל איך נעמען אַזאַ מאַיאָנטעק געלט?

נאָר איך האָב געהאַט מזל, מע האָט בײַ מיר נישט געזוכט… אין דעם מאָמענט, ווען זי האָט מיך געפֿרעגט די שאלה, איז דאָס בילד געקומען צו מיר צוריק, און, נישט קלערנדיק, האָב איך געענטפֿערט: ‘14 לירות.’

דאָ, פֿלעגט מײַן טאַטע ענדיקן די מעשׂה מיט אַ שמייכעלע אויף די ליפּן, און לאַכנדיקע אויגן.

טיילמאָל פֿלעגט ער עס דערציילן נאָך אָ מאָל, און שטענדיק איז דאָס געווען דער סוף פֿון דער מעשׂה.

ביז הײַנט ווייסן מיר נישט, צי האָט זי אים טאַקע געגעבן 14 לירות. מיר האָבן קיינמאָל נישט געפֿרעגט… מיר האָבן מסתּמא פֿאַרשטאַנען, אַז נישט דערויף איז געווען אונדזער טאַטנס מעשׂה.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.