Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

צוויי נסים (דערציילונג)Two miracles (short story)

אַ ייִנגעלע געפֿינט זיך איינער אַליין אויף אַ פּאַריזער באַן־סטאַנציע, נישט וויסנדיק קיין וואָרט פֿראַנצייזיש.

פֿון דער רעדאַקציע:

די דערציילונג האָט געוווּנען דעם צווייטן פּריז אינעם קאָנקורס פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש. צו לייענען וועגן דעם קאָנקורס גיט אַ קוועטש דאָ.


אַ פּאַריזער מלאך

פּאַריז. אַ שיינער טאָג אַ גאָלדענער אין זומער 1948. די שטאָט וויל פֿאַרגעסן די מלחמה. דער צויבער פֿון דער שענסטער שטאָט אין דער וועלט איז אַ מאַגנעט פֿאַר טוריסטן און פּליטים. ייִדן, שארית-הפּליטה פֿון די „אונראַ‟־לאַגערן קומען קײן פּאַריז כּדי צו פֿאָרן ווײַטער קײן אַמעריקע, קײן פּאַלעסטינע, און אפֿשר קײן דרום-אַפֿריקע.

ער איז געווען קוים זיבן יאָר אַלט. געוווינט אין אַ פּאַריזער אָרעמען האָטעל אויף דער עמיל זאָלאַ גאַס מיט טאַטע-מאַמע. מען וואַרט אויף די שיפֿסקאַרטן צו פֿאָרן קײן אַרגענטינע. די פּאַריזער פּאָליציי האָט זיי געגעבן אַ צײַטווײַליקע דערלויבעניש צו זײַן דרײַ מאָנאַטן און דאַן מוזן זיי פֿאָרן ווײַטער.

מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז ער נאָך געווען אויף דער דײַטשישער ערד, אין אַ לאַגער לעבן קאַסעל, צוזאַמען מיט הונדערטער ייִדישע פּליטים. אַן „אונראַ‟־לאַגער אונטער אַמעריקאַנער שוץ און געשטיצט פֿון דעם ייִדישן „דזשוינט‟. דאָרט אין לאַגער האָבן אַלע גערעדט ייִדיש. אומעטום, אין דער היים, אין קינדער-גאָרטן, אויף דער גאַס און בײַם וואַסערל הינטער די הײַזער. נישט ווי דאָ אין פּאַריז, וווּ זייער ווייניק רעדן מאַמע-לשון. אַלע רעדן דאָ פֿראַנצייזיש. דאָס ייִנגל פֿאַרשטייט קיין וואָרט נישט. אַלץ איז אים פֿרעמד.

טאַקע פֿרעמד, אָבער זייער אינטערעסאַנט. אַ גרויסע ליכטיקע שטאָט, מיט ביימער אויף די בולעוואַרן, טויזנטער אויטאָס און אויטאָבוסן פֿאָרן אויף די גאַסן. אַלץ איז פֿאַר אים געווען נײַ, ווי אַ פֿאַרכּישופֿטער חלום.

אָט קומט דער לערער נעמען די קינדער פֿון די פּליטים אין דער ייִדישער שולע פֿון „בונד‟. יעדן טאָג פֿאָרן די לערערס און די קינדער מיט דער מעטראָ, פֿון דער סטאַציע זשאַוועל לעבן עמיל זאָלאַ-גאַס ביז דער סטאַציע סענט זשערמען אין צענטער, און פֿון דאָרט אַ פּאָר טריט צו פֿוס ביז דער שולע.

דאָס ייִנגל איז צוגעגאַנגען צום פֿאָדערשטן פֿענצטערל פֿון וואַגאָן צו קוקן אין פֿינצטערן טונעל מיט די לויפֿנדיקע גרינע, ווײַסע און רויטע לעמפּעלעך. ער האָט נישט באַמערקט אַז די לערערס און די חבֿרימלעך גייען אַרויס פֿון דער באַן. פּלוצים זעט ער אַז דער וואַגאָן איז געוואָרן כּמעט ליידיק און די באַן פֿאָרט ווײַטער. אַ סטאַנציע, נאָך אַ סטאַנציע, ביז זי האָט זיך אָפּגעשטעלט אין גאַנצן און ער איז געבליבן דער איינציקער פּאַסאַזשיר.

דאָס איז די לעצטע סטאַנציע פֿון דער ליניע. ער איז אַליין, אָן אַ שפּראַך, אָן געלט, אָן די לערערס, אין גאַנצן פֿאַרלוירן. ער גייט אַרויס פֿון וואַגאָן אויפֿן פּעראָן און הייבט אָן צו וויינען מיט ביטערע טרערן. ווי וועלן זײַנע עלטערן וויסן אַז ער איז פֿאַרבלאָנדזשעט? פֿאַר וואָס האָבן די לערערס ניט באַמערקט אַז ער איז געבליבן אין וואַגאָן ווען זיי זענען אַרויס פֿון דער באַן?

און דאַן האָט זיך באַוויזן אַ מלאך. נישט אַ מלאך פֿון הימל נאָר אַ שיינער מלאך פֿון פּאַריז. א יונגע, שלאַנקע און עלעגאַנטע דאַמע איז צוגעגאַנגען צום וויינענדיקן קינד און געפֿרעגט אויף פֿראַנצייזיש, אָבער דאָס קינד האָט ניט געקענט פֿאַרשטיין איר שפּראַך. דאָס איינציקע וואָס ער האָט געזאָגט איז געווען דער נאָמען פֿון דער סטאַנציע, סענט זשערמען. דאָס האָט ער געדענקט און דאָס האָט אים געהאָלפֿן. די שיינע פֿרוי האָט פֿאַרשטאַנען אַז דאָס ייִנגעלע וויל קומען צו יענער סטאַנציע. זי האָט אים גענומען בײַ דער האַנט, און אַריבערגעפֿירט אַקעגנאיבער, אויפֿן צווייטן פּעראָן, באַצאָלט זײַן בילעט און געוואַרט ביז זיי זענען אַרײַן אין וואַגאָן. אין דער געהעריקער סטאַנציע האָט זי זיך געזעגנט מיט אים. ער איז שוין געווען אַ געראַטעוועטער. אַרויף אויף דער גאַס האָט ער באַלד דערקענט דעם קורצן וועג צו דער שולע. די גאַנצע שולע איז געווען אַ צימער אויפֿן צווייטן שטאָק פֿון אַן אַלט הויז, וווּ די קינדער האָבן זיך מער געשפּילט ווי געלערנט. אַזוי איז דער נס פֿאַרבליבן אויף אייביק אינעם זיכּרון פֿון קינד ביז ער איז געוואָרן אַלט.

דער נס אויפֿן טײַך לאַ פּלאַטאַ

די שיפֿסקאַרטן וואָס די מומע רחל האָט געשיקט, זענען אָנגעקומען. דאָס ייִנגל מיט די עלטערן זענען געפֿאָרן צום פּאָרט פֿון באָרדאָ און גענומען די שיף „קערגעלען‟ קײן אַרגענטינע. אויפֿן וועג האָט זיך די שיף אָפּגעשטעלט עטלעכע שעה אין דאַקאַר, דעם פּאָרט פֿון דער פֿראַצייזישער קאָלאָניע. פּאַסאַזשירן האָבן געוואָרפֿן מטבעות אין וואַסער און אַפֿריקאַנער נאַקעטע קינדער זענען אַרײַנגעשפּרונגען אין וואַסער אַרויסצונעמען די מטבעות. ער איז נישט מקנא געווען די אָרעמע קינדער וואָס ריזיקירן מיטן לעבן צוליב עטלעכע פֿראַנצייזישע סענטן.

די שיף איז געפֿאָרן ווײַטער. דרײַ וואָכן האָט די רײַזע געדויערט ביז זי איז אָנגעקומען קיין מאָנטעווידעאָ, אין אורוגווײַ. די רײַזע-קאַרטן זענען געווען קיין פּאַראַגווײַ און נישט קײן אַרגענטינע. די רעגירונג פֿון גענעראַל כואַן פּעראָן האָט נישט דערלויבט אַז ייִדן זאָלן אַרײַנקומען אין לאַנד. די עלטערן, די פֿעטערס, די מומעס און די קוזינען זענען אַראָפּ פֿון דער שיף און פֿון פּאָרט האָבן די „מאַכערס‟ געבראַכט די אימיגראַנטן אין ייִדישן פֿאַמיליע-פּענסיאָן. דאָרט האָט מען געקענט שלאָפֿן עטלעכע נעכט ביז די קאָנטראַבאַנדיסטן וועלן אַריבערשמוגלען די אומלעגאַלע אימיגראַנטן קיין בוענאָס-אײַרעס. דאָס אַלץ האָט דערליידיקט די מומע רחל, דעם טאַטנס אַ שוועסטער וואָס האָט שוין זינט לאַנג געוווינט אין אַרגענטינע און באַצאָלט פֿאַר דער רײַזע פֿון אירע דרײַ ברידער וועלכע זי האָט יאָרן לאַנג נישט געזען, זינט זי האָט חתונה געהאַט און אַוועקגעפֿאָרן קײן דרום-אַמעריקע.

אין דעם ייִדישן פּענסיאָן האָט מען גערעדט ייִדיש און דאָס איז געווען פֿאַרן ייִנגל אַ מחיה. און בפֿרט אַז ס’איז דאָרט אויך געווען אַ מיידעלע, דאָראַ, אין זײַן עלטער, וואָס ער האָט לשם שטיפֿערײַ גערופֿן „דאָראַ פּאָמידאָראַ‟.

פֿון מאָנטעווידעאָ האָט מען די דרײַ פֿאַמיליעס גענומען אין אַ גוייִשן דאָרף לעבן דער שטאָט קאָלאָניאַ, בײַם ברעג פֿון טײַך לאַ פּלאַטאַ. דער טײַך איז די גרענעץ צווישן אורוגווײַ און אַרגענטינע. צווישן קאָלאָניאַ און טיגרע איז קירצער די רײַזע ווי פֿון מאָנטעווידעאָ קיין בוענאָס-אײַרעס. די שמוגלערס האָבן געפּלאַנט צו גנבֿענען די וואַסער-גרענעץ בײַ נאַכט, אין אַ קליין שיפֿל, גרויס ווי אַ נוסשאָלעכץ.

נאָך עטלעכע טעג אין דעם דאָרף, האָט מען געמאָלדן אַז דער הימל איז פֿאַרוואָלקנט און אויסנוצנדיק די פֿינצטערע נאַכט, וועט מען קענען קרײַצן דעם טײַך, אַ רײַזע וואָס וועט דויערן ביז דעם קאַיאָר.

שפּעט בײַנאַכט, אויפֿן קליינעם שיפֿל, האָבן דרײַ ייִדישע פֿאַמיליעס מיט קליינע קינדערלעך און עופעלעך אויף די הענט, ריזיקירט מיטן לעבן. צווישן זיי אויך דאָס יינגעלע פֿון זיבן יאָר.

דער וועטער איז געוואָרן שטורמיש. דאָס שיפֿל האָט זיך געוואַקלט צווישן לעבן און טויט. מען האָט נישט געוווּסט וואָס קען דאָ געשען. אפֿשר וועט די גרענעץ-פּאָליציי פֿון אַרגענטינע אַנטדעקן דאָס שיפֿל און אַרעסטירן אַלעמען. אַפֿשר נאָך ערגער, דאָס שיפֿל זאָל זיך איבערקערן און אַלע וועלן דערטרינקען ווערן. די זעקס דערוואַקסענע און די פֿיר קינדערלעך זענען געזעסן שטיל, מיט אַ שרעק אין האַרצן.

אַ נס איז געשען. איידער ס’איז געוואָרן ליכטיק אין הימל, איז דאָס שיפֿל אַנגעקומען בשלום צום ברעג פֿון טיגרע. אַלע זענען געשטאַנען בײַם זומפּיקן ברעג און געוואַרט. טיוזנטער מאָסקיטן האָבן מיט זייער שטעכערײַ באַגריסט די נײַע געסט. און דאַן זענען די מומע און דער פֿעטער פֿון בוענאָס-אײַרעס אָנגעקומען און די גאַנצע כאַליאַסטרע איז ארויף אַויך אַ „קאָלעטיוואָ‟ און געפֿאָרן גלײַך קײן בוענאָס-אײַרעס צו די פֿעטערס.

נאָך עטלעכע מאָנאַטן פֿון אומלעגאַלקייט האָט פּעראָן פּראָקלאַמירט אַן אַמנעסטיע און אַלע נײַע אימיגראַנטן האָט מען דערלויבט צו ווערן לעגאַליזירט און בלײַבן אין לאַנד. מע זאָגט אַז מן־הסתּם האָבן די ייִדן פֿון אַמעריקע געהאַט אַ טייל אין דעם.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.