דאָס גרויסע געווינס (דערציילונג)Winning the lottery (short story)
די דערציילונג האָט געוווּנען דעם ערשטן פּריז אינעם קאָנקורס פֿאַר די בעסטע ייִדישע דערציילונגען אין ישׂראל.
פֿון דער רעדאַקציע:
די דערציילונג האָט געוווּנען דעם ערשטן פּריז אינעם קאָנקורס פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש. צו לייענען וועגן דעם קאָנקורס גיט אַ קוועטש דאָ.
מיט ציטערדיקע הענט נעם איך דעם טעלעפֿאָן און קלינג אָן צו עטעלען. עטעלע איז מײַן ווײַבס אַ ווײַטע קרובֿטע, ווי מע זאָגט, „פֿערדס פֿוס פּאָדקעווע‟, נאָר זי איז מײַן איינציקסטער באַקאַנטער מענטש אין גאנץ לאַס־וועגאַס. דאָס טרײַבל נעמט איר מאַן, בערל.
„יעס,‟ זאָגט ער.
„בערל — ענטפֿער איך — קענסט קומען צו מיר אין האָטעל ממש יעצט? איך דאַרף דיך זייער האָבן.‟
„אלי, דאָס ביסטו? וואָס האָט פּאַסירט? וואָס איז געשען?! מע האָט דיך אַרויסגעטריבן פֿון אַ קאַזינאָ? וואָס האָסטו שוין געטאָן?‟ הערט זיך אַ געלעכטער אין טרײַבל.
„ניין, ניין, אַלץ איז אָ-קיי, פּשוט איך מוז פֿאַרקויפֿן מײַן מאַשין ביז מאָרגן.‟
„וואָס פֿאַר אַ מאַשין אויף מײַן קאָפּ? וועגן וואָס רעדסטו?‟
„אַ רויטע ‘פּאָרש’. איך געדענק נישט גענוי, וועלכע מאָדעל, נאָר זי איז אין גאַנצן אַ נײַע.‟
„גאָט איז מיט דיר אלי, וואָס פֿאַר אַ ‘פּאָרש’? דו ביסט אין גאַנצן אַראָפּ פֿון זינען? האַ?‟
„גוט, בערל, כ’וועל דיר דערקלערן אין צוויי ווערטער,‟ זאָג איך און הייב אָן דערציילן אים די גאַנצע געשיכטע. „דו ווייסט דאָך, אַז איך בין דאָ צוליב די גרעסטע אויסשטעלונגען פֿון קאָמפּיוטערס און עלעקטראָניק אין אַמעריקע? מיר האָבן שוין גערעדט וועגן דעם אַ פּאָר טעג צוריק. נעכטן האָב איך געוווּנען אַ נײַע און אַ רויטע ‘פּאָרש’. ווי אַזוי? זיי האָבן געמאַכט אַ גרויסע לאָטעריי, די בעל־הבתּים פֿון Novell Company, און איך האָב געוווּנען. פֿאַרשטייסט? איך! אָבער… מײַן פּראָבלעם איז, אַז איך קען עס נישט נעמען מיט זיך אין ישׂראל. מוז איך די מאַשין פֿאַרקויפֿן און נעמען דאָס געלט. געלט דווקא וועט מיר נישט שאַטן,‟ שמייכל איך צו אים אין טעלעפֿאָן.
„וואַרט, וואַרט אַ ביסל… וואַו! מע דאַרף זשע האָבן אַזאַ מזל?! אוי, אוי, אוי… עטל! עטעלע! קום שוין אַהער! דו הערסט? אלי האָט געוווּנען אַ ‘פּאָרש’. אַ ‘פּאָרש’ זאָג איך!‟
„וואָס פֿאַר אַ ‘פּאָרש’?‟
„אַ ‘פּאָרש’, אַן אויטאָ, אַ מאַשין. פֿאַרשטייסט? ניין, ניין, ס’איז נישט קיין וויץ, איך זאָג דיר ס’איז אַ ‘פּאָרש’! הערסט מיך? ער בעט מיך איך זאָל אים העלפֿן צו פֿאַרקויפֿן די מאַשין. קום רעד מיט אים אַליין, וועסט אפֿשר בעסער פֿאַרשטיין. נו, קום שוין! אוי, אוי… דו ווייסט וואָס? בעסער שפּעטער, יעצט רעד איך מיט אלי ביזנעס, איך מוז אים העלפֿן.‟
„בערל — זאָג איך צו אים — אויב דאָס איז אַ פּראָבלעם, אפֿשר קען איך פּאַרקן די קאַר לעבן דײַן שטוב און וועסט זי פֿאַרקויפֿן, ווען דו וועסט געפֿינען אַ קונה? וואָס זאָגסטו?‟
„ניין, ניין, נישט גוט, נישט גוט! לאָזן אַ ‘פּאָרש’ הפֿקר אין דרויסן? דאָ אין אַמעריקע? ווער טוט אַזאַ זאַך? וואַרט אויף מיר אין לאָבי, איך קום גלײַך צו דיר און מיר וועלן זיך אַן עצה געבן, מיר וועלן באַטראַכטן עס צוזאַמען. הערסט, אלי, ביז וואָס ווען, פֿאַרגעס וועגן די קאַזינאָס, זאָלסט חלילה נישט פֿאַרשפּילן דאָס גאַנצע געלט,‟ הער איך זײַן געלעכטער אין טרײַבל.
„אַמעריקע? סכּנות? איך גיי אַראָפּ אונטן צו דעם פּאַרקינג, געבן אַ קוק צי מײַן נײַע רויטע ‘פּאָרש’ שטייט נאָך וווּ איך האָב זי אַוועקגעשטעלט. פֿאָרט אַמעריקע !‟
די גאַנצע מעשׂה מיטן גרויסן געווינס דרייט זיך מיר נאָך אין קאָפּ ווי אַ קאַרוסעלע אין דיסנילאַנד. איך דערמאָן זיך פֿון דאָס נײַ, וואָס האָט דאָ פּאַסירט מיט אַ טאָג פֿריִער. אַז מע האָט אָנגערופֿן מײַן נאָמען דורך דער מעלדונגס־סיסטעם, האָב איך גאָר נישט פֿאַרשטאַנען אַז מע רופֿט דווקא מיך. ס’האָט געדויערט אַ פּאָר מינוט ביז וואַנען כ’האָב אַנערקענט, אַז „מיסטער אלי שאַרפֿשטיין‟ דאָס בין איך. דער יונגערמאַן מיטן מיקראָפֿאָן אין דער האַנט האָט געמאָלדן וועגן דעם מזלדיקן געווינער, הייסט דאָס וועגן מיר, און געבעטן אים צוגיין צו דעם געשטעל פֿון Novell Company, די, וואָס האָבן אָרגאַניזירט די לאָטעריי פֿאַר זייערע באַזוכערס. פֿאַרוווּנדערט בין איך נישט געווען פֿון דעם גאַנצן טאַראַראַם. ס’קען זײַן, אַז איך האָב נאָך נישט אין גאַנצן פֿאַרשטאַנען, וואָס האָט דאָ געשען. מסתּמא האָב איך אויסגעזען אין זייערע אויגן ווי אַ קאַלטער מלאך: אין גאַנצן נישט איבערראַשט, קאַלטבלוטיק, בשעת איך בין געשטאַנען לעבן דעם דעסק פֿון Novell company.
נאָר ווען מע האָט מיר אַוועקגעלייגט די שליסעלעך פֿון מאַשין גלײַך אין האַנט אַרײַן, האָב איך צום ערשטנס דערפֿילט אַ מאָדנע ציטערונג, אַ גערירטקייט. כ’בין געוואָרן צעפּלאָנטערט און צעמישט. אומבאַקאַנטע מענטשן האָבן מיך פֿאַרוואָרפֿן מיט שאלות אין ענגליש, און איך האָב קוים פֿאַרשטאַנען אַ וואָרט. ס’האָט זיך מיר געדאַכט, אַז איך ענטפֿער זיי נישט צו דער זאַך. זשורנאַליסטן זענען געווען אומעטום און פֿאָטאָגראַפֿן האָבן מיך געמאַכט בלינד מיט זייערע בליצן. יעצט האָב איך שוין געוווּסט, אַז איך בין דער געווינער פֿון אַ נייער רויטער „פּאָרש‟, און דערשפּירט, אַז איך האָב מקיים געמאַכט מײַן אַמאָליקן און פֿאַרגעסענעם חלום. עמעצער האָט מיר ארײַנגעשטופּט אַ טעלעפֿאָן אין האַנט – נעם, קלינג אָן אין שטוב, דערצייל זיי וועגן דײַן גרויס געווינס. אָנקלינגען? צו וועמען? וויפֿל איז איצטער דער זייגער אין ישׂראל? די מחשבֿות זענען געפֿלויגן בײַ מיר אין קאָפּ, און איך האָב זיך געפֿילט צווישן ערד און הימל.
א האַלבע שעה פֿאַרן פֿאַרשליסן די אויסשטעלונג האָט אַ דרײַווער פֿון NOVELL אַרויסגעפֿירט מײַן רויטע „פּאָרש‟ פֿונעם גרויסן קאָנגרעסן־זאַל צום פּאַרקינג, און איך בין געבליבן מיט אַ נײַער מאַשין און מיט אַ נײַער גרויסער קאָפּדרייעניש. וואָס טוט מען ווײַטער? איך זעץ זיך אַוועק בײַם רעדל און פֿאָר צו מײַן האָטעל „מאַרדי גראַס אין‟. ווען איך פּאַרק די קאַר לעבן דעם האָטעל, מאַך איך דאָס זייער פּאַוואָליע, טאָמער האָט עמעצער נאָך נישט באַמערקט, אַז צום האָטעל איז צוגעפֿאָרן אַ חשובֿער אורח מיט אַ נײַער רויטער „פּאָרש‟.
איך עפֿן אויף די אויגן. וווּ בין איך? בערל דאַרף דאָך באַלד קומען, און איך בין נאָך אין בעט. וואָס טו איך אין בעט? איך פֿיל זיך ווי מע האָט מיך אויפֿגעוועקט פֿון עפּעס אַ חלום. איין מאָמענט — גיב איך אַ טראַכט — כ’האָב געחלומט? אַלץ איז געווען אין חלום? און וואָס האָט פּאַסירט מיט מײַן געווינס? וווּ איז מײַן נײַע און שוין באַליבטע „פּאָרש‟?! איז זי אויך געבליבן אין מײַן חלום? איך זיץ נאָך אין בעט, אַ פֿאַרשלאָפֿענער און אַ צעקנייטשטער, מײַן קאָפּ איז שווער ווי אַ זאַק מיט שטיינער און דרייט זיך פֿון מחשבֿות. איך פּרוביר צו פֿאַרשטיין וווּ בין איך און וואָס טו איך. פּלוצלינג הער איך ווי אַ מאַשין שטעלט זיך אָפּ לעבן דעם האָטעל. בערל? ס’קען זײַן, אַז בערל אין שוין דאָ? וואָס וועל איך אים זאָגן? ער וועט מיר גלייבן? ווי אַזוי גיי איך אים אויסשרײַבן אַלץ, וואָס איך האָב „דורכגעלעבט‟ אין… אַ… אין מײַן חלום? אַ חלום? און בערל, ווער איז בערל? בערל איז אויך אַ חלום? אַלץ איז בלויז אַ חלום… אַ לאַנגער און אַ זיסער חלום.
און ס’ווערט מיר לײַכטער אויפֿן האַרצן. נישטאָ קיין בערל, נישטאָ וועמען צו דערציילן וועגן מײַנע משוגענע חלומות, קיינער וועט נישט קומען. קיינער טראַכט נישט וועגן מיר דאָ, אין דעם קאַלטן און פֿרעמדן לאַס־וועגאַס. איך פֿאַרשטיי שוין אַלץ.
אַ „פּאָרש‟ אין חלום איז נישט קיין „פּאָרש‟, נאָר אַ חלום.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO